שיסעריי אין דער רעדאקציע פון שארלי עבדא

פֿון װיקיפּעדיע

שיסעריי אין דער רעדאַקציע פון שאַרלי עבדאָ איז אַ טעראָר אַטאַק אויפן ביורא פון אַ פראַנצייזישער סאַטירישער צייטונג שאַרלי עבדאָ (Charlie Hebdo), וואָס איז פאָרגעקומען דעם 7טן יאַנואַר 2015 אין פּאַריז. ס׳זיינען אומגעקומען 12 מענטשן אין דער אַטאַק און נאָך 11 זיינען פאַרוואונדעט געוואָרן. די טעראָריסטן וואָס האָבן געמאַכט די שחיטה זיינען צוויי ברידער קואַשי (Kouachi), פראַנצייזישע אַראַבער פון אַלזשירישן אָפּשטאַם. קואַשי האָבן דערקלערט זייער אָנגעהעריקייט צו "אַל קאַעדאַ אין תימן" און אַטאַק איז געווען אַ רעאַקציע אויף אַ ריי אַנטי־איסלאַמישע קאַריקאַטורן פּובליקירט אין דער צייטונג. די טעראָריסטן האָבן קאָאָרדינירט זייער טאַט מיט אַמעדי קוליבאַלי, וואָס האָט גלייכצייטיק, 7–9 יאַנואַר 2015, דורכגעפירט אַ סעריע אַנדערע אַטאַקן אין פּאַריז.

די אַטאַק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קרבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צוועלף דערהרגעטע זיינען ס׳רוב מיטאַרבעטער פון דער רעדאַקציע, ווי אויך צוויי פּאָליציאַנטן. צוויי צווישן די קרבנות זיינען געווען אַראַבער און צוויי אַנדערע — יידן.

  • Frédéric Boisseau (פרעדעריק בואַסאָ), 42, אָנגעשטעלטער פון דער באַדינונג־פירמע Sodexo
  • Franck Brinsolaro (פראַנק ברינסאָלאַראָ), 49, דער פּערזענלעכער לייבהיטער פון סטעפאַן שאַרבאָנע
  • Jean Cabut (זשאַן קאַביו), 76, קאַרטוניסט
  • Elsa Cayat (עלזאַ קאַיאַ), 54, אַ יידישע פרוי, פּסיכאָאַנאַליסט און מחברטע
  • Stéphane Charbonnier, (סטעפאַן שאַרבאָניע), 47, קאַרטוניסט, מחבר, דער הויפּטרעדאַקטאָר פון Charlie Hebdo
  • Philippe Honoré (פיליפּ אָנאָרע), 74, קאַרטוניסט
  • Bernard Maris (בערנאַר מאַרי), 68, עקאָנאָמיסט, מחבר, רעדאַקטאָר
  • Ahmed Merabet (אַכמעד מעראַבע), 42, אַ מוסולמענישער פּאָליציאַנט
  • Mustapha Ourrad (מוסטאַפאַ אורראַ), 60, קאָרעקטאָר
  • Michel Renaud (מישעל רענאָ), 69, זשורנאַליסט
  • Bernard Verlhac (בערנאַר ווערלאַק), 57, קאַרטוניסט
  • Georges Wolinski (זשאָרזש וואָלינסקי), 80, קאַרטוניסט


די מערדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועב־לינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]