שינדלערס ליסטע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שינדלערס ליסטע איז א היסטארישער האלאקאסט פילם, וועגן אסקאר שינדלער, א פאלקסדויטשער ביזנעסמאן פון טשעכיי, וואס האט געראטעוועט א טויזנט פוילישע יידן פון אויסמארד אין חורבן אייראפע, ווען ער האט זיי באארבעט אין זיין פאבריק. דער פילם איז געמאכט געווארן דורך סטיוון ספילבערג, עס שפיעלט אויס די היסטארישע געשיכטע. ווען די נאציס האבן אויפגעשטעלט די קראקעווער געטא, איז אסקאר שינדלער וואס איז דעמאלט געווען פאר'רעכענט אלץ נאצי מיטגליד, געקומען קיין קראקע צו פארדינען מיט א פאבריק. צוליב געוויסע סיבות, האט ער אונטערגעשמירט די נאצי אפיצירן אויפשטעלן זיין פאבריק און באארבעטן יידן דארטן. ער האט אנגעארבעט א רעטונגס פלאן, און ער ווערט היינט פאר'רעכענט אין די היסטאריע ביכער, אלס איינע פון די חסידי אומות העולם. ווען די נאציס האבן ליקווידירט די געטא אין פלאשעוו, האט שינדלער געשאפן א "ליסטע" פון יידישע ארבעטערס וואס ער האט געדארפט אריבערפירן אין טשעכיי, און מיט דעם האט ער זיי געראטעוועט.

דער פילם איז גאר א גאנגבארער פילם, און פון די בעסטע פון די פילמען וועגן חורבן אייראפע.