רעדן:משה לייב סאסאווער

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

די אייניקלעך פון רבי משה לייב סאסאווער הייסן טאקע ערבליך, אבער פון וואנעט נעמט איר אז ער (און זיין פאטער) האבן געהאט א משפחה נאמען? ס'איז נישט מסתבר. איר האט א פארלעסלעכן מקור? --פוילישער 20:16, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

ר' חיים דוד באקאן האט ארויסגעגעבן אין יאר תנש"א מעשיות מיטן נאמען רבי משה לייב סאסובער, ער שרייבט נאך ביים פאטער ערבליך, אבער דעם זיידן - רבי יוסף יוסקא - שרייבט ער גארנישט. כ'האב איבערגעפרעגט כמה אייניקלעך ערבליך'ס, ביז רבי יעקב זענען אלע איינס, בנוגע דעם זיידן האב איך געהערט חילוקי דעות. --יוסל 21:03, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]

אזוי ווי איר האט א מקור, איז כדאי צו שרייבן דעם מקור אינעם ארטיקל (כאטש איך בין שטארק מסופק צי זיי האבן א ראיה דערויף). --פוילישער 23:07, 24 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]