רעדן:ישכר בלויגרונד

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

יששכר אדער ישכר? --פוילישער 14:31, 25 פעברואר 2009 (UTC)

הלואי וואלט איך געוויסט, כ'מיין אז מערסטענס האב איך געניצט ישכר, אויסער וואו ס'האט זיך מיר געדאכט אז ס'איז שגור בפי אדם - יששכר. אבער אדרבה אז איר ווילט מאכן א כלל פאר דעם ארט, נאו פראבלעם--יוסל 14:37, 25 פעברואר 2009 (UTC)

קיין כלל איז נישט דא. למשל בני יששכר זאגט מען מיט צוויי "שינ"ס. ס'זענען געווען לענדער וואו מ'פלעג זאגן ישכר און אנדערע לענדער וואו מ'האט געזאגט יששכר. מ'דארף שרייבן יעדן לויט ווי מ'האט ארויסגערעדט זיין נאמען. --פוילישער 14:57, 25 פעברואר 2009 (UTC)

כ'האב נאכגעקוקט פארשידענע פנאמעראנטן און זיי שרייבן טאקע ישכר מיט איין "שין", נאר פארן באוועגען וויל איך נאך א נקודה איבערשמועסן, כ'האב אויך באמערקט אז זיי שרייבן בלאהגראנד אדער בלאהגרונד, דאגעגען אין ספר דברי יחזקאל שרייבט זיין אייניקל רבי יחזקאל פרענקל אין די הנצחה בלויגרונד, וואס איז דער ריכטיגער יידישער אויסלייג ?
בלױגרונד איז אַ באַקאַנטע משפּחה און אַזױ לכאורה שרײַבט מען. ►רוני◄ 09:23, 15 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
דעם אויסדרוק "בלאָה" איז מען געוואוינט היינט צו שרייבן "בלוי" (אבער פוילישע יידן רעדן דאס ווייטער כמעט "בלאָ"—מען קען דאס נישט איבערגעבן גוט שריפטלעך). --פוילישער 13:27, 15 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]
יישר כחכם --יוסל 14:51, 15 מערץ 2009 (UTC)[ענטפֿער]