רעדן:בראסלעוו

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

בראָסלעװ אדער ברסלב[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

בראָסלעװ: אזוי רעדעט מען עס ארויס אין די געגענט פון אוקריינא. אבער אין פאקט איז אז ביי אידישע ליטעראטור, און ביי אלע אידן אין אידישע העפטן, און אין היסטאריע סיי אין ארץ ישראל, סיי אין חוץ לארץ, סיי אין יוראפ, סיי אין אמעריקא, איבעראל האט עס געהייסן "ברסלב", און אזוי רופן עס אהן די אלע ברסלעווע חסידים, און אזוי איז אויך דאקומענטירט אין די ברסלבער ספרים, און אויך אין די ביכער וואס שרייבן קעגן חסידות ברסלב, איבעראל שרייבט מען ברסלב, דעריבער איז מיין מיינונג ברסלב, נישט בראלסעוו--יודישער שרייבער 18:09, 29 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]

װיפֿל איך װײס, אין די ספרים האָט מען געשריבן לשון קודש "ר' נחמן מברסלב" און בײַם רעדן האָט מען גערופֿן "ר' נחמן בראַסלעװער" און די נענטערע האָבן אים גערופֿן "דער בראַסלעװער רבי", אזױ װי בײַ אַלע אַנדערע חסידותן אין אײראָפּע. ס'ניט מסתבר אַז די רוסישע ייִדן האָבן אים גערופֿן "ר' נחמן מברסלב" בײַם רעדן, אַזױ װי מען זאָגט נישט "דער רבי מברסלב" נאָר מ'זאָגט "דער בראַסלעװער רבי". קען זײַן אַז הײַנט איז מער פֿאַרשפּרײט דעם לשון־קודשדיקן אױסדרוק אױך בײַם רעדן בעיקר צװישן די מקורבים פֿון בני עדות המזרח. אױך דער פֿאָרװעטס שרײַבט אַזױ אָבער אױב ס'שטעכט דיר אין די אױגן קענסטו באַװעגן אָדער קען מען מאַכן אַ פּשרה "ר' נחמן פֿון בראַסלעװ/ברסלב". אױב מוהרא"ש רופֿט זיך "אליעזר שלמה בראַסלעװער" האָט עס אַ סיבה :) ►רוני◄ 21:13, 29 דעצעמבער 2009 (UTC)[ענטפֿער]


איך טרעף נישט קיין שום ראיה אז ווער עס האט גערעדט אידיש אין אוקריינא האט איהם גערופען "ר' נחמן בראַסלעװער"אדער "דער בראַסלעװער רבי", אויך אנדערע חסידות אין אייראפא האבן איהם נישט אזוי גערופען, קיינער פון די וואס ווייסן צו זאגן פון ברסלב רופט איהם נישט "דער בראַסלעװער רבי" נאר רבי נחמן פון ברסלב, רבי נתן האט אין יאהר תקע"א געדרוקט דעם ספר סיפורי מעשיות אויף אידיש, שרייבט ער אויך דארט "ברסלב". עס איז אין יאהר תר"צ געדרוקט א ספר ליקוטי עצות אויף אידיש דורך איינער פון אייניקלעך פון רבי נחמן, ער האט געוואונט אין אומאן, ער שרייבט דארט אסאך פון חסידות ברסלב און רופט איהם נישט אהן "דער בראַסלעװער רבי" נאר רבי נחמן פון ברסלב. דער פארווערטס שרייבט אזוי, ווייל ער קען נישט גיט דעם אידיש וואס רוב אידיש רעדענדע מענטשן שרייבן, ער שרייבט א אייגן געמאכטע אידיש, וואס האט זיך אליין געמאכט כללים.
עס שטעכט מיר נישט אין די אויגן, אויב האלטסו אז דאס וועט העלפן פארן וויקי, טו ווי די פארשטייסט, איך שרייב נאר וואס איך פערזענדליך האלט.
איך פיר זיך נישט צו באוועגן ווען א צווייטער האלט אנדערש (חוץ אויב עס איז מיין אייגן געשריבן ארטיקל). איך האב אין ערגעץ נישט געזעהן אז מוהרא"ש שרייבט זיך "בראַסלעװער", איך האב א ליקו"מ וואס ער האט געדרוקט אין איהר תשכ"ה אויפן שער בלאט שרייבט ער אליעזר שלמה ברסלעבער. אלעס גוט מיין חבר--יודישער שרייבער 00:20, 1 יאַנואַר 2010 (UTC)[ענטפֿער]
למעשה די ארטיקלען װעגן חסידות ברסלב האבן יעצט דעם קעפל ברסלב כרצונך, און נאר אינעם תוך ארטיקל שטײט אױך בראסלעװ. אבער אין מײַנע אױגן איז "ברסלב" באקאנט נאר פאר אנ"ש אפשר צו פארהײליקן דעם נאמען. אין דער גארער װעלט שרײבט מען און מען רופט אים ר' נחמן בראַסלעװער. איך געדענק װען איך האָב זיך געצױגן צו בראסלעװ האָט מײַן באָבע גערעדט מיט מיר פֿיל אַנטקעגן "ר' נחמן בראַסלעװער" און נישט אנטקעגן "ר' נחמן מברסלב" אדער "ר' נחמן פֿון ברסלב". יעצט זע איך אַז מיר האָבן ניט אָפּערירט דעם רעדל ברסלב צי בראַסלאַװ. און דער אלגעמיינער אליין שרײַבט ר' נחמן בראַסלאַװער אדער ר' נחמן בראַצלאַװער ►רוני◄ 06:45, 1 יאַנואַר 2010 (UTC)[ענטפֿער]
ווייזט אויס אז אויך דאס אידישע ליכט שרייבט "רבי נחמן בראסלעווער". --פוילישער 00:44, 1 יאַנואַר 2010 (UTC)[ענטפֿער]