רונדווערעם

פֿון װיקיפּעדיע
Nematoda
Heterodera glycines, אַ פּאַטאָגען פון סויע
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: Animalia
(unranked): Ecdysozoa
שטאַם: Nematoda
Rudolphi, 1808
קלאַסן

רונדווערעם (Nematoda, נעמאַטאָדן) זיינען אַ גרויסע גרופּע פון וואָרעמאַרטיקע בעלי חיים. זיי זיינען אויסערסט איינאַרטיק און פּראָסט אויסגעבויט, אָבער זייער בויפּלאַן האָט זיך אויסגעוויזן אַלס עקאָלאָגיש זייער אוניווערסאַל און פּלאַסטיש. עס זיינען דאָ אַן ערך 80 טויזנט זגאַלן פון רונדווערעם, אָבער אַ סך פאָרמען זיינען נאָך ניט באַשריבן געוואָרן.

פריי־לעבעדיקע זגאַלן באַוואוינען ימען ,זיסוואַסער אָדער באָדן. אַ סך פאָרמען זיינען פּאַראַזיטן פון פלאַנצן, בעלי חיים (אַריינרעכענענדיק מענטש) און אַפילו אוניצעלולאַרע אָרגאַניזמען.

מאָרפאָלאָגיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די קערפּער גרייס וואַריאירט ביי רונדווערעם זייער ברייט, פון מיקראָסקאָפּישע אינטערסטיציאַלע פאָרמען פון 80 מיקראָן ביזן גיגאַנטישן פּאַראַזיט פון קאַשאַלאָט Placentonema gigantissima , וואָס קען דערגרייכן די לענג פון 8.5 מעטער. דער קערפּער איז שטינדלאַרטיק, רונד אינעם קווערשניט. די סימעטריע איז גרונטזעכלעך צווייזייטיק, אָבער זי באַהעפט זיך מיט פאַרשיידענע טיפּן פון ראַדיאַלער סימעטריע, דהיינו: צוויישטראַליקע סימעטריע אין מוסקולאַטור, דריישטראַליקע סימעטריע פון קאָפּ (אין דער לאַגע מוסטער פון סענסאָרישע אָרגאַנען, ווי אויך אין שלונג).

די רונדווערעם האָבן אַ גוט אַנטוויקלטן הויט־מוסקליקן זאַק. דער קערפּער איז דרויסן אָנגעטאָן אין עלאַסטישער ווייסלשטאָפיקער קוטיקול ,וואָס איז אונטערגעבעט דורך דער היפּאָדערם (עפּיטעליאום). ווייטער אינעווייניק ליגן די אינדערלענגיקע מוסקלען, וואָס דער איינציקער טיפּ מוסקלען ביי זיי. די אינגעווייד איז אַרומגערינגלט מיט קדמון־חלל, דעם קערפּער־חלל אָן אַן אייגענעם צעלולאַרן אונטערשלאַק. דער חלל אָבער פעלט ביי קליינע רונדע ווערעם, ווייל עקסטראַצעלולאַרער מאַטריקס פאַרפולט ביי זיי דעם גאַנצן אונטער־אינגעוויידיקן רוים.

לאָקאָמאָציע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

Caenorhabditis elegans אין אַגאַר־אַגאַר

די רונדווערעם האָבן ניט קיין ענדגלידער. אַלע באַוועגן ווערן געמאַכט ביי זיי נאָר מיט דער הילף פון קערפּער מוסקולאַטור. דער קערפּער בייגט זיך אויס אַרויף און אַרונטער און די רעזיסטענץ פון קוטיקול גלייכט אויס דעם קערפּער צוריק. אַזוי קענען די ווערעם אַריינשפּאַרן דורך וויסקאָזע מעדיומס אָדער מעדיומס מיט קליינע טיילעכלעך: דהיינו ים־זאַמד, באָדן, אינערלעכע שמאָלע חללים פון ווירטן. עטלעכע נעמאַטאָדן קאָנען שווימען נוצנדיק דערביי באַזונדערע ריפּן, וואָס גיין לענג־אויס דעם קערפּער.

ליטעראַטור[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • Малахов В.В. (1986) Нематоды: строение, развитие, система. Москва, Наука, 215 с (מאַלאַכאָוו וו.וו. נעמאַטאָדן: געבוי, אַנטוויקלונג, סיסטעם)
  • Ruppert E.E., Fox R.S., Barnes R.D. (2004) Invertebrate Zoology: A Functional Evolutionary Approach. Thomson-Brooks/Cole, 989 pp
  • Чесунов А.В. (2006) Биология морских нематод. Москва, Товарищество науч. изд. КМК, 367 с (טשעסונאָוו אַ.וו. ביאָלאָגיע פון ים־נעמאַטאָדן)