רויז (אינפעקציע)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

א רויז (אדער צעלוליטיס) איז אן אקוטע פארצינדונג פון די געוועבן אונטער דער הויט.

סימפטאמען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער שטח וואס איז פארצינדעט ווערט רויט, געשוואלן, צארטפיליק, טוט וויי און ווארעם. געוויינלעך זענען דא אויך סיסטעמישע סימפטאמען ווי היץ, נידעריג בלוטדרוק, קאפשמערצן, שוויצן און ציטערן. די רויטקייט קען פארשפרייטן מיט דער צייט. אמאל מאכט זיך אויך רויטע פינטעלעך.

א רויז קען ווערן אפילו אין 24 שעה אבער אפטמאל דויערט עס עטלעכע טעג.

גורמים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א רויז ווערט פון א מין באקטעריעס וואס קומען אריין דורך א ריס אין דער הויט. נישט אלעמאל קען מען זען דעם ריס.