רוטירער

פֿון װיקיפּעדיע
Avaya ERS-8600

רוטירער (ענגליש: router) איז א נעצווערק מעכאניזם וואס פירט פעקלעך דאטן פון איין פלאץ צום צווייטן, און דערפאר דער נאמען רוטירער וואס מיינט ארומפירער. אײנע פֿון די גרױסע פֿירמעס װעלכע פּראָדוצירט רוטירערס, איז די פֿירמע סיסקאָ.

איר ארבעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

א רוטירער זיצט צווישן צוויי אדער מער נעצווערק און פירט די פעקלעך פון איין נעצווערק צום צווייטן.

א רוטירער איז אנדערש ווי א האב אדער סוויטש, צוליב דעם וואס עס ארבעט אויף דעם דריטן שטאק פון די OSI מאדעל און נישט אויף דעם ערשטן אדער צווייטן.

סארטן רוטירערס [רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זײַנען דא עטלעכע סארטן רוטירערס, די מערסטע באקאנטע איז די קליינע ביזנעס און היים ביורא רוטירער. וואס זײַנען באמת געװײנטלעכע טױערװעגן (gateway) וואס האבן נוצלעכע פונקציעס, ווי נעט, און דראטנלאזע (ווײַפֿײַ) פארבינדונגען. אבער עס האט גאר ווייניק עכטע רוטינג מעכאניזמען ווי BGP, אדער איבעריקייט. א רוטירער וואס פירט פון קאמפיוטערס צו די אינטערנעט ווערט אנגערופן א ?עזש ראוטער? און א רוטירער וואס פירט אין א נעצווערק צווישען רוטירערס ווי למשל ביי אן ISP איז אנגערופען א עיקר רוטירער.