קערפער שפראך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קערפער שפראך (באדי לענגיוטש) איז א קאמיוניקאציע מיטל, ניצענדיג די קערפער מיט אדער אהן די מויל שפראך.


צולייגען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קערפער-שפראך זענען אויסדריקען אויפ'ן גוף אדער אויפ'ן פנים ווי א שמייכעל, א בלינק מיט די אויגען, אדער א קוועטש מיט די נאז א דריי מיטען פינגער (שבכל הלילות). רוב באוועגונגען און אויסדריקען נעמען מענטשטען נישט אין אכט. ס'איז דא באמערקבארע און אומבאמערקבארע אויסדריקען אויסדריקען וואס מ'קען צוריקהאלטען אין וואס מ'קען נישט צוריקהאלטען.

  • דאס איז די איינציגסטע שפראך גלייך פאר אלעמען, א שמייכעל איז א שמייכעל איבעראל, אין א גרימאס פנים איז אויך די זעלבע, באשעפענישען פארשטייען
  • אפילו בלינדע וואס האבען קיינמאל נישט געזען קיין שמייכעל שמייכלען די זעלבע


קערפער-שפראך באניצער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די באוועגונגען פינעם קערפער געבען שטארק צו צו א שמועס עס צו מאכען אויס לאנגווייליג דאס ברענגט מענטשען זאלען זיך וועלן באקענען מיט דיר און דאס ברענגט זיך צו דערווייטערן ס'הארגעט אוועק פארבינדענישען פון לאנגע יאהרען

  • דאס איז איינע פון די וועגען ווי אזוי מ'טרענירט חיות און ווי אזוי חיות פארשטייען זייערע בעלי בתים
  • דאס געבט צו צום ריטאריק פין א רעדנער אז די עולם זאל נישט שנארכען אינמיטען זיין רעדע און אפילו פון מאהל צומאהל צוווארפען א שמייכעל און אנדערע ווערטער דער אויפטרעטער ניצט די אויסדריקען צו באאיינפלוסען דעם עולם אויף סיי וואספארא אופן ס'זאל צוגעבען צום טאהן אדער צום געשפאנטקייט און געשמאקייט פונעם סיטואציע.
  • מ'לייגט ארויף אויפ'ן עדווערטייזמענט א בילד פון וואס מ'וויל אז ס'זאל אומבאמערקבאר אפעקטירען די אויג וואס זעיט דאס
  • מ'מאכט נאך מענטשען מיט זייערע באוועגונגען
  • קערפער-שפראך ביי בילדער מיינט מ'שטעלט זיך אין א פאזע, מיט: זאג - טשיז!!!
  • סעילס לייט באניצען זיך אפט מיט די קערפער-שפראך צו אבזערווירען זייערע קונדען
  • קורצע מעסעזשעס ווערן אזוי איבערגעגעבען
  • פסיכאלאגען באבאכטען זייערע קונדען און דאס העלפט זיי דיאגניזירען

אויסדריקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ציטערן: די פיס שאקעלט (ציטערט).

זעה אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שפראךe:Körpersprache