קאנקארד, ניו העמפשער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאנקארד איז די הויפט-שטאדט פונעם שטאַט ניו העמפשער אין די פאראייניגטע שטאטן. ביים 2010 צענזוס איז זיין באפעלקערונג געווען 42,695. דער מערימאק טייך פליסט אדורך דער שטאדט.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער סיטי האל אין קאנקארד געבויעט אין 1902

די שטאדט איז געגרינדעט געווארן אין 1734 מיטן נאמען ראַמפֿארד. אין 1765 איז דער נאמען פון דער שטאדט געביטן צו קאנקארד. אין 1808 איז קאנקארד געווארן די הויפט-שטאדט.


געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די סיטי באשטייט פון 67.5 סקווער מייל וואס פון דעם איז 3.2 וואסער.

רעגירונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קאנקארד ווערט געפירט דורך א בירגערמייסטער מיט א שטאָטראַט. דער בירגערמייסטער ווערט געוויילט אויף צוויי יאר. דער שטאטראט האט פערצן מיטגלידער.

וועב לינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


מוסטער:אמעריקע-געא-שטומף