קאטמאנדו (טי-ווי סעריע)
מראה
קאטמאנדו (העבעראיש: קטמנדו) איז אן ישראלישע טעלעוויזיע דראמא סעריע אין העברעאיש.
די מעשה איז מיט א ליובאוויטשער שליח וועלכע פארט מיט זיין ווייב קיין קאטמאנדו, די הויפטשטאט פון נעפאל.
געשיכטע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]שמוליק און מושקי א חרדישע פארפאלק פארן קיין קאטאמאנדו צו עפענען א בית חב"ד אלס שליחים.
ווען זיי קומען דארט אן טרעפן זיי נישט די שליסל צו די דירה, שמוליק ברעכט זיך אריין און מושקי ווערט געצווינגען צו פראווען אליין דעם סדר.
די סעריע גייט מיט מיט זייערע שוועריגקייטן אין דעם צוריקגעשטאנענעם לאנד, צום סוף באשלוסן זיי אז דאס לעבן דארט איז צו שווער און זיי ווילן זיך צוריקציהען קיין ישראל.
אקטיארן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- מיכאל מאשאנאוו אלס שמוליק שווארצבארד
- ניצן לאבארטאבסקי אלס זיין ווייב חיה מושקה שווארצבארד
- לירון ליבו אלס גיאני, א ישראלי וואס איז אנטלאפן קיין נעפאל
- גל גדות אלס ימית בראלי, וועלכע קומט זוכן איר שוועסטער און פארליבט זיך אין גיאני.
- רועי גוראי אלס תומר א ישראלי טוריסט וועלכע העלפט ארויס אין בית חב"ד.
- קערען בערגער אלס אופירה בראלי, די שוועסטער פון יאמיט וועלכע איז פארליבט אין א הומאיסטי.
- רואי אלסבערג אלס ירון, א יונגל וואס פראוועט זיין בר מצוה אין בית חב"ד.
- שמחה, דער שליח וואס נעמט איבער די שווארצבארד'ס און מאכט טוישונגען
- מושקי'ס פאטער, א רב אין חב"ד וואס איז זייער שדכן און מייעץ
וועבלינק
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- [1] (ארכיווירט 08.05.2013 ביי דער Wayback Machine)
דער ארטיקל וועגן א טעלעוויזיע טעמע איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |