צאינה וראינה
מראה
צאינה וראינה (גערופן אויפן פסוק אין שיר השירים (ג יא) צאינה וראינה בנות ציון במלך שלמה) איז א ספר פאר פרויען וואס איז א זאמלונג פון מדרשים און מוסר אויפן אלט מאדישן דייטש-אידיש, צוזאמענגענומען דורכ׳ן דרשן יעקב בן יצחק אשכנזי פון יאנאוו בערך אין יאר שע"ו. דאס ספר איז איינגעטיילט לויטן סדר פון די וועכנטליכע פרשות און הפטרות, און אויף חמש מגילות.
הלכה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]די צאינה ראינה ווערט געברענגט אין טורי זהב או"ח סי' רפ"ח ביי די הלכות פון מעביר סדרה זיין, אז איינער וואס פארשטייט נישט לשון הקודש זאל זאגן צאינה וראינה.
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- צאינה וראינה, ביי HebrewBooks