פראנאם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

אַ פּראָנאָם איז אַ וואָרט וואָס מען ניצט במקום אַ סובסטאַנטיוו. מען ניצט אַ פראָנאָם למשל פאַר אַן אָביעקט וואָס מען האָט שוין דערמאָנט פֿריער. דהייַנו: "נעכטן האָב איך געזען משה. ער איז אַריבערגעגאַנגען די גאַס."


[באַאַרבעטן] פּראָנאָמען אין כּלל־ייִדיש

נאָמינאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער איך מיר
צווייטער דו איר
דריטער ער/זי/עס  זיי


אַקוזאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיך אונדז
צווייטער דיך אייַך
דריטער אים/זי/עס  זיי


דאַטיוו:

פּערזאָן איינצאָל מערצאָל
ערשטער מיר אונדז
צווייטער דיר אייַך
דריטער אים/איר/אים  זיי

[באַאַרבעטן] הערות

  1. דער פּראָנאָם פון צווייטן פּערזאָן איינצאָל ניצט מען נאָר צו קינדער און גוטע פרייַנט. ווען מען רעדט מער פאָרמאַל ניצט מען אַלעמאָל די מערצאָליקע פֿאָרם אפילו רעדנדיק צו אייַן מענטש.
  2. אויף ליטווישער ייִדיש ניצט מען די דאַטיווע פאָרמען אפילו ווען דער זאַץ פאָדערט אַן אַקוזאַטיוו.[1]


[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. דוד כ"ץ, גראמאטיק פון דער יידישער שפראך, בלאט 105 (אויף ענגליש)
פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן