לדלג לתוכן

פעדאפיליע

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון פעדעפיליע)
דער ארטיקל דיסקוטירט די סעקסואלע פרעפערענץ פאר קינדער איידער די רייף-ווערונג. טאמער זוכט איר די נארמאלע אטראקציע צו יינגלעך, זעט עפעבאפיליע.

פּעדאָפֿיליע (פון גריכיש: παῖς פּאַיס, "קינד" און φιλία פֿיליאַ, "ליבע" אדער "פריינטשאפט") איז א מח-קרענק ביי וועלכער א דערוואקסענער אדער יינגל פעלט א הויפט אדער עקסקלוזיווע סעקסואלע אטראקציע צו קינדער אונטער די 16 יאר בערך ווייל יעדעס קינד איז אנדערשט ווען ער ווערט פארעכענט אלס פובערטי, ד.ה. שערות צו ווערן אנגערופן א טינעיזשער אדער בחור דאן הייסט דער מנובל שוין מער נישט קיין פעדאפיל. נאר בלויז א מנובל אין א האמאסעקסואל אויב באלעסטיגט ער זכרים.

פון וואס מאכט זיך דער קרענק?

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער אבסעסיע קען ליידער קומען אויף פארשידענע אופנים, רוב מאל זענען זיי אליינס אדורך דעם פיינוניגונג אז זיי זענען געווארן באלעסטיגט פון פעדאפילן ווען זיי זענען געווען קינדער. אז זיין מוח לויפט שוין ארום די פראבלעם און געפיל פון פעדאפיליע.

די זענען געווענליך מענטשן וואס זענען זייער ווארעם און געפיליג. און די געפילן ווערן אינפלעטעט אויף די ראנג דירעקציע.

עס קען אבער אויך זיין עקלדיגע אומבאהאלפענע מענטשן מיט פארפוילטע מידות און זיי האבן ליידער נישט קיין פריינט פון וועמען צו באקומען ליבע זיכן זיי דאס ביי קליינע אומבאהאלפענע באשעפענישען מיט געוואלד.

סאיז דא דרגות אין די מוח וואס שפילט זיך אפ ביי די פעדאפילן בשעת זיי טוען אפ זייער רשעות, די ווייניגערע געלונגענע פירן זיך אויף ווי אלכעהאליקער און ווי פארדראגט אן קיין חשבון, אבער די מער קלוגערע און געלונגענע איז ביי זיי דער רייץ צו ליבען קינדער איז ביים פעדאפיל אזוי שטארק, אז ער קוקט אן דעם קינד ווי אן ערוואקסענער, ער קויפט אים מתנות, שפילט זיך מיט אים טעג וואכן חדשים, און איז מקריב זיין לעבן פאר דעם קינד פונקט ווי אן ערוואקסענע רילעישאנשיפ. ממילא פילט ער אז טאמער ער באלעסטיגט דאס קינד, אז דאס קינד וועט רעאגירן ווי אן ערוואקסענער. אבער א שוואכערער פערזאן איז אייביג מער געטשטעפעט און דערשלאגן לויט דעם מער שטארקייט פון זיין באלעסטיגער. הכל לפי המבייש והמתבייש.

פעדאפיליע טרעפט זיך ביי די מלמדים, משגיחים איבערהויפט די כאריסמאטישע און געלונגענע וואס די עלטערן און קינדער טראסטן און ליבען דאס מערסטע, אין חדר אדער אין ישיבה. די אומגעלונגענע מלמדים וואס זענען קראנק כאפט מען גאר שנעל און מען ווערט פון זיי פטור אויפן קלענסטן קאמפלעינט, אבער ביי די געלונגענע דארטן איז דער גרעסטער צרה ווייל זיי קענען פארבלייבן יארן אן דעם וואס מען זאל געהעריג קענען אויפדעקן אדער אויפווייזן אז זיי זענען נישט וואס מ'מיינט. קיינער וויל נישט גלייבן אויף זיי, נישט דער מנהל און נישט דער טאטע, און נישט די חברים אז דער בעסטער מלמד זאל דאס קענען טאן. און דאס קינד ווערט קראנק און גייסטיש צורידערט אז דער בעסטער מלמד וועמען ער האט אזוי געטראסט האט דאס צו אים געטאן, און קיינער אין די וועלט קען אים נישט פארשטיין זיין פיין, אדרבה זיי לייגן נאך אלע צו זאלץ צו די וואונדן מיטן אים נישט גלייבן.

אמאל איז דאס געווען אין פארעם פון אראפציען די הויזן און פראקן, דאס איז היינט אומלעגאל און מ'קען ארעסטירן ווייל דאס ווייזט אז די מלמד האט ליעב קינדער. היינט אין אמעריקע קען מען ארעסטירן יעדער עלטערער מאן וואס לייגט א האנט אויף א קינד, ממילא מאכט זיך דאס די מערסטע ביי דייקא די מענטשן וואס זענען מאנופולירער און חברה לייט וואס ווייסן וויאזוי צו ווערן באפריינדעט מיט די קרבנות. און זיי צווינגען אויף א קליגערן אופן.

פראבלעם וואס קען אנהאלטן אייביג

[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויבאלד אונזער חרדישער לאגער איז זייער פארמאכט, און די רודפים זענען געווענליך גאר קלוגע און זיי לאקערן נאר אויף קרבנות וואס האבן א היסטאריע פון א צובראכענע שטוב אדער נפשיות'דיגע פראבעלמען, גלייבט קיינער נישט דעם קרבן און דער רודף קען אנגיין יארן. איבערהויפט אז מען דארף זיך רעכענען מיט לשון הרע און מסירה און אויך די שאנדע אויף די פאמיליע'ס סיי פון די קרבנות און סיי פון די רודפים.