פיעטרקאוו

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פיעטרקאוו (שטאָט)
Piotrków Trybunalski
POL Piotrków Trybunalski flag 1.svg POL Piotrków Trybunalski COA 1.svg
Wielka Synagoga w Piotrkowie Trybunalskim zdj1.jpg
די גרויסע שול פון פיעטרקאוו
מדינה / טעריטאריע Flag of Poland.svg פוילן
גרינדונג דאטע פאר 1217
קאארדינאטן 51°24′N 19°41′E / 51.4, 19.683קאארדינאטן: 51°24′N 19°41′E / 51.4, 19.683
וואויוואדעשאפט לאדזש
דיסטריקט שטאָט דיסטריקט
שטח 67.27 קוואדראט ק"מ
הייך 200 מעטער
באפעלקערונג (2009)

 ‑ אין שטאָט
 ‑ ענגקייט

77,810‏
620 באוואוינער א ק"מ2
צייט זאנע UTC+1
http://www.piotrkow.pl/

פיעטרקאוו אדער פעטריקאוו (פויליש: Piotrków Trybunalski) איז א שטאט אינעם צענטער פון פוילן, 42 ק"מ דרום פון לאדזש. עס באדעקט א שטח פון 67.27 קוואדראט ק"מ. אין 2011 האט פיעטרקאוו געהאט 76,717 איינוואוינער.

פיעטרקאוו איז פון די אלטע פוילישע שטעט, און ווערט דערמאנט אין אפיציעל דאקומענטן שוין אין 1217.

אין דעם 19טן יארהונדערט איז פיעטרקאוו געווארן א גרויסער אינדוסטריעלער צענטער. צווישן די יארן 1975 ביז 1998 איז פיעטרקאוו געווען די הויפטשטאט פון דער פיעטרקאווער וואויוואדעשאפט.


היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שטאט פיעטרקאוו איז געווען גאנץ חשוב אינעם מיטל אלטער, און האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט שוין אינעם 13טן יארהונדערט. לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז פון א באפעלקערונג פון 30,800, זענען 9,500 געווען יידן(בערך 31%).[1]

פיעטרקאוו האט געהאט די בעסטע אנטוויקלטע אינדוסטריע פון גאנץ קאנגרעס פוילן ביז 1914.

יידישע קהילה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די יידישע קהילה אין פיעטרקאוו איז געגרינדעט געווארן אינעם 16טן יארהונדערט. אין 1722 האט מען אויפגעשטעלט א חברה קדישא.

די יידישע באפעלקערונג פון פיעטרקאוו האט געציילט 9,370 נפשות אין 1897, און 11,400 נפשות אין 1931.‏[2]

אין תרפ"ד איז הרב מאיר שפירא געווארן רב פון פיעטרקאוו. נאך אים האט מען באשטימט זיין שוועסטער־קינד הרב משה חיים לאו שטאטס רב; ער איז געווען דער לעצטער רב פון דער פיעטרקאווער קהילה.

באוואוסטע מענטשן פון פיעטרקאוו[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: פיעטרקאוו

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16
  2. "פיעטרקאוו", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)