פילעק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פארשידענע פילעקן

אין געאמעטריע, איז א פֿילעק א פלאכער (צוויי־געמעסטיגער) פארעם ארומגענומען מיט (א צאל) גראדע ריפן. דער צוזאמענטרעפֿפונקט פון צוויי ריפן הייסט א שפיץ. א פילעק מיט n ריפן רופט מען אן n-עק (ענעק). ווען אלע ריפן זענען גלייך הייס דער פילעק רעגלמעסיק.


ווינקלען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • יעדער פילעק האט גענוי אזויפיל ווינקלען ווי ריפן.
  • די סומע פון די אינעווייניקע ווינקלען פון א פשוט'ן n-עק באטרעפט n–2)180) גראד.


נעמען פון פילעקן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מ'געט א נאמען א פילעק לויט וויפיל ריפן ער האט. צום ביישפיל, א פילעק מיט דריי ריפן הייסט א דרייעק, מיט פיר ריפן הייסט א פירעק, מיט פינף ריפן הייסט א פינפעק, א.א.וו.