פיטאגאראס פרינציפ
פֿון װיקיפּעדיע
דער פיטאגאראס פרינציפ: די סומע פון שטח אין דעם קעסטל אויפ'ן היפאטעניוס איז גלייך צו דער סומע פון שטח אין די אנדערע צוויי קעסטלעך.
דער פיטאַגאָראַס פּרינציפּ איז א געאמעטרישער כלל וועלכער איז געווארן באקאנט געמאכט דורך דעם גריכישן פילאזאף און מאטעמאטיקער פיטאגאראס.
דער כלל לערנט אז ביי יעדן רעכטווינקל דריי-עקן, וועט די שטח פון א פערפעקטן קעסטל אויפ'ן היפאטעניוס (דער שיפער חלק אנטקעגן דעם רעכטווינקל) זיין גלייך ווי די סומע פון ביידע קעסטלעך פון די אנדערע צוויי זייטן.
אין א מאטעמאטישער פארמולע, אויב איז c דער לענג פון דעם היפאטעניוס, און a און b זענען די לענג פון די אנדערע צווי זייטן, שרייבט מען דאס אזוי:
דער אויפטו איז אז אויב מען ווייסט די לענג פון צוויי זייטן פון א דריי-עקן, קען מען מיט דעם חשבון געוואויר ווערן די לענג פון די דריטע זייט.


