ערנעסט ראדערפארד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לארד ראדערפארד פן נעלסאן

ערנעסט ראַדערפֿארד, ערשטער באַראן ראַדערפֿארד פֿון נעלסאן, ענגליש: Ernest Rutherford, 1st Baron Rutherford of Nelson[1] ‏(30סטן אויגוסט 187119טן אקטאבער 1937) איז געווען א ניי־זילאנד געבוירענער פיזיקער און כעמיקער וואס איז געווארן באוואוסט וי דער פאטער פון קערנפיזיק.[2] ער ווערט פאררעכנט דער גרעסטער עקספערימענטאליסט זייט מייקל פאראדיי (1791–1867).[2]

אין זיין אנהייב ארבעט האט ער אנטפלעקט דעם באגריף פון ראדיאאקטיוון האלב-לעבן, באוויזן אז ראדיאאקטיוויטעט איז פארבונדן מיט דער פארוואנדלונג פון איין כעמישן עלעמענט אין א צווייטן, און האט אויך אונטער געשיידט צווישן, און געגעבן א נאמען צו, אלפא און בעטא שטראלונג.[3] די דאזיקע ארבעט האט ער געטון ביי מאקגיל אוניווערסיטעט אין קאנאדע. זי איז דער יסוד פונעם נאבעל פריז פאר כעמיע מיט ער איז געווארן באלוינט אין 1908 "פאר זיינע אויספארשן אין דעם צעפאל פון די עלעמענטן, און די כעמיע פון ראדיאאקטיווע סובסטאנצן".‏[4]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: ערנעסט ראדערפארד

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מוסטער:Cite doi
  2. 2.0 2.1 Ernest Rutherford: British-New Zealand physicist. Encyclopædia Britannica.
  3. The Discovery of Radioactivity.
  4. ערנעסט ראַדערפֿארד – ביאגראפיע. NobelPrize.org. דערגרייכט דעם ‏21סטן פעברואר 2013.