עטאנאל

פֿון װיקיפּעדיע
די כעמישע סטרוקטור פון עטאנאל. די סימבאלן זענען: C – קוילנשטאף, H – הידראגען און O – זויערשטאף. די ליניעס ווייזן וועלכע אטאמען ווערן פארבינדן דורך כעמישע בונדן

.

אן עטאנאל מאלעקול וואס ווייזט די אטאמען (הידראגען ווייס , קוילנשטאף גרא, און זויערשטאף רויט)

עטאַנאל, אויך באוואוסט ווי עטיל אלקאהאל, איז א ברענעוודיקע כעמישע פארבינדונג אן קאליר, און איז דער אלקאהאל וואס געפינט זיך אין אלקאהאלישע געטראנקען . ווען מענטשן רעדן וועגן עטאנאל, זאגן זיי אפטמאל סתם אלקאהאל. זיין כעמישע פארמל איז C2H5OH, אויך געשריבן C2H6O. מען ניצט אים פאר א צעפירער ווייל ער קען צעפירן אסאך אנדערע כעמיקאלן און איז נישט שטארק גיפטיק.

עטאנאל ברענשטאף[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עטאנאל ברענשטאף קען מען ניצן אנשטאט בענזין אין אויטאמאבילן און אנדערע מאטארן. מאטארן קענען ניצן אדער ריינעם עטאנאל אדער עטאנאל געמישט מיט בענזין.

אין בראזיל, 18% פונעם ברענשטאף וואס מען ניצט אין אויטאמאבילן איז עטאנאל ברענשטאף פראדוצירט פון צוקער רערן. צוליב דעם, דארף בראזיל נישט קויפן נאפט פון אנדערע לענדער.[1]

אין די פאראייניקטע שטאטן, רוב אויטאמאבילן קענען ניצן ברענשטאף מיט אן אינהאלט ביז 10% עטאנאל. אויטאמאביל פראדוצירער ווי פארד, דיימלער קרייזלער, און GM מאכן אויך פארווארג וואס קענען פארן אויף ברענשטאף מיט א העכערן טייל עטאנאל, ביז 85% (E85). ביז 2006, זענען שוין געווען זעקס מיליאן E85-שטימיק פארמיטלען אויף די גאסן פון די פאראייניקטע שטאטן.[2]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]