סטענלי קובריק

פֿון װיקיפּעדיע
סטענלי קובריק
Stanley Kubrick
געבורט 26 יולי 1928
בראנקס, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 7 מערץ 1999 (אלט 70)
פאראייניגטע קעניגרייך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
www.kubrickfilms.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

סטענלי קובריק (ענגליש: Stanley Kubrick26סטן יולי 1928 - 7טן מערץ 1999) איז געווען אן אמעריקאנער פילם רעזשיסאר. קובריק ווערט פאררעכנט איינער פון די גרויסע רעזשיסארן פונעם 20סטן יארהונדערט.

ער איז געבוירן געווארן אין ניו יארק סיטי אבער כמעט זיין גאנצע לעבן האט ער געוואוינט אין בריטאניע. זיינע פילמען האבן א סאך דעטאל און סימבאליזם. ביי איינעם פון זיינע פילמען האט מען נישט געוואלט ווייזן אין פאראייניגטע שטאטן מער ווי 25 יאר. סטענלי קובריק איז געשטארבן פון א הארץ אטאקע דעם 7טן מערץ, 1999.

יונגע יארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

קובריק איז געבוירן געווארן אין ניו יארק סיטי און האט געוואוינט דארט אין זיינע יונגע יארן. סטענלי איז געווען א שוואכער סטודענט אין דער שולע אבער זיין פאטער, א דאקטער, האט אים אויסגעלערנט שפילן שאכשפיל און האט אים געגעבן א קאמערע. קובריק האט געענדיקט שולע אין 1946 אבער ער האט נישט געקענט באקומען א פלאץ צו שטודירן אין קאלעדזש.