סאלידער קערפער

פֿון װיקיפּעדיע
די מאלעקולן אין א סאלידן קערפער

סאליד איז איינער פון די פיר גרונטלעכע צושטאנדן פון מאטעריע (די אנדערע זענען פליסיקייט, גאז און פלאזמע). א סאלידער קערפער איז שטײַף און ענדערט נישט זיין פארעם אדער זיין פארנעם אזוי גרינג, אנדערש פון א פליסיקייט, וואס נעמט אן די פארעם פון זיין האלטער, אדער א גאז, וואס פילט אן דעם גאנצן פלאץ וואו ער געפינט זיך. די אטאמען אין א סאלידן קערפער זענען גוט פארבונדן איינער מיט אנאנד, אדער אין א געאמעטרישן געפלעכט (למשל, מעטאלן און אייז), אדער אן א פארעם (למשל גלאז).

אז מען ווארעמט אן א סאלידן קערפער, ווערט ער א פליסיקייט; דאס הייסט שמעלצן; פארקערט ווערט א פליסיקייט א סאלידער קערפער דורך פרירן. מאכט זיך אמאל אז א סאלידער קערפער ווארעמט אן גלייך צו א גאז אן ווערן א פליסיקייט אינצווישן (למשל טרוקענער אייז); דאס ווערט גערופן סובלימאציע.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: סאלידער קערפער