סאווע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
די סאָװע

די סאָװע (אױך אַ נאַכטפֿױגל) איז אַ פױגל װאָס פליט געװײנטלעך נאָר בײנאַכט. ס'האָט ספּעציעלע פעדערן װאָס מאַכן ניט קײן קלאַנג װען ס'פליסט די פליגלעך. סאָװעס פאַנגען קלײנע זױג-חיות, ל'משל מײז, קיניגלעך, װעװערקעס (מאָנקושן) און אַפילו קלײנע קעץ. קלײנע סאָװעס עסן אױך אינסעקטן און זשומען. סאָװעס װאױנען אין נעסטן, אין מיטן פון אַ בױם (ניט אױף די צװײגן נאָר אינערװײניק) אָדער אין בנינים, בפרט שײערן אָדער אַנדערע בנינים װאָס געפינען זיך אױף פאַרמען. ס'זענען פאַראַן אַ סך סאָרטן סאָװעס, מער װי 200 פאַרשידענע זגאַלן. סאָװעס װאױנען אױף אַלע קאָנטינענטן אַחוץ אַנטאַרטיקע.