נחום לאם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי נחום לאם, 2007

רבי דר. נחום (נארמאן) לאם (געבוירן דעצעמבער 19, 1927 אין ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגט שטאטן) איז א שטארק אנערקענטער אמעריקאנער מאדערן ארטאדאקס רב, תלמיד חכם, מחבר ספרים, און קהילה פירער. ער איז יעצט דער קאַנצלער פו ישיבה אוניווערסיטעט.

ער האט א דאקטאראט טיטל אין יידישער פילאסאפיע און איז דער דריטער פרעזידענט פון ישיבה אוניווערסיטעט, דער ערשטער וואס איז געבוירן געווארן אין די פאראייניגטע שטאטן. ער איז א תלמיד פון רבי יוסף דוב סאלאווייטשיק (דער "פאטער" פון אמעריקאנער מאדערנער ארטאדאקסיע), וואס האט אים געגעבן סמיכה אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן (ריאט"ס) אין 1951.

ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 1971 האט לאם געשריבן "אמונה אין ספק: מחקרים אין טראדיציאנאלע אידישע מחשבה" (ענגליש). א צווייטע מהדורה איז ארויסגעקומען אין 1986 און א דריטע אין 2006.

אין די 1980ערס האט לאם ארויסגעגבן "תורה ומדע", א העפטיגע דעפענסיע פון די תורה ומדע השקפה.

אין 1999 האט לאם געשריבן "די רעליגיעזע מחשבה פון חסידים".

אין 2000 האט לאם געשריבן "ספירוטעאליזם און הלכה אין יידישקייט".