נויטפאל
פֿון װיקיפּעדיע
עמערזשענסי אדער נויטפֿאל איז א פאל וואס שטעלט מיט זיך פאר א זאפארטיגער סכנה צו לעבן, געזונט, אייגנטום אדער סביבה. [1]
מייסטענס עמערזשענסיס פארלאנגט זיך קריטיש וויכטיגע אריינמישונג צו אפהאלטן א פארערגערונג אין די סיטואציע, כאטשיג אין טייל סיטואציעס, קען קיין אפהאלט נישט זיין מעגליך און די אגענטורן און מענטשן וואס העלפן קענען שוין גארנישט טאן נאר צו באהאנדעלן די נאכווייען.
כאטשיג אסאך עמערזשענסיס זענען אפן און קלאר פאר יעדן אז דאס איז אן עמערזשענסי ווי למשל נאטורליכע קאטאסטראפעס אבער זייער אסאך זענען אויך באהאלטן פון אן אנדערן און פארלאנגט זיך די סאביעקטיווער מיינונג פונעם באטראפענדען כדי צו דעצעדירן אויב עס איז טאקע אן עמערזשענסי.
די פונקטליכער דעפעניציע פון א נויטפאל, די אגענטורן אינוואלווד און די פראצעדורן גענוצט, טוישט זיך ביי איטליכער יוריסדיקציע, און איז געווענליך אויסגעשטעלט ביי די רעגירונג, וועמעןס אגענטורן זענען פאראנטווארטליך פאר עמערזשענסי פלאנירונג און פֿאַרװאַלטונג.
[באַאַרבעטן] זעט אויך:
- הצלה - עמערזשענסי אגענטור פארן לעבן.
- שומרים - עמערזשענסי אגענטור פארן זיכערהייט פון אידן.
- פאליציי - עמערזענסי אגענטור פאר כלליתדיגע זיכערהייט.
- פייער ענזשין - עמערזענסי אגענטור פאר פייער.
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ UK Government Advice on Definition of an Emergency. Retrieved on 2007-05-30.