נארדוועסט טעריטאריעס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
נארדוועסט טעריטאריעס אין קאנאדע

נארדוועסט טעריטאריעס (ענגליש: Northwest Territories, פראנצויזיש: les Territoires du Nord-Ouest) איז איינע פון קאנאדעס דריי פעדעראלע טעריטאריעס. די נארדוועסט טעריטאריעס זענען געווארן א טייל פון דער קאנאדישער קאנפעדעראציע דעם 15טן יולי 1870, אבער די היינטיקע גרענעצן פון דער טעריטאריע זענען געשאפן געווארן דעם 1טן אפריל 1999, ווען מען האט אויפגעשטעלט די טעריטאריע נונאוואוט.

די טעריטאריע האט געהאט א באפעלקערונג פון 41,462 ביים 2011 צענזוס. די הויפשטאט איז יעלאנייף, זייט 1967.

בערך העלפט פון דער טעריטאריע געפינט זיך צפון פון דער בוים ליניע.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די טעריטאריע איז פלאצירט אין צפון קאנאדע, צווישן די צוויי אנדערע פעדעראלע טעריטאריעס, יוקאן צו מערב און נונאוואוט צו מזרח. אויך גרענעצט זי מיט די פראווינצן בריטישע קאלאמביע צו דרום־מערב, און אלבערטא און סאסקאטשעווען צו דרום. זי באדעקט א שטח פון 1,183,085 קוואדראט ק"מ.

קאנאדישע טעריטאריעס און פראווינצן
פראווינצן: בריטישע קאלומביע · אלבערטא · סאסקאטשעווען · מאניטאבא · אנטעריא · קוויבעק · ניו ברונזוויק · נאווע סקאשע · פרינץ עדווארד איילענד · נייפונדלאנד און לאבראדאר


טעריאטאריעס: יוקאן · נארדוועסט טעריטאריעס · נונאוועט


Flag of Canada