מענסטרואציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מענסטרואַציע אדער וסת איז א פיזיאלאגיש-הארמאנישער פראצעס וואס פאסירט אין א פעריאדישן אופן אין דעם קערפער פון א נקבה ביי מענטשן און ביי א טייל פון זויגערס, וואס איז נייטיק פאר רעפראדוקציע. אינעם קערפער פון א מענטשלעכער נקיבה פאסירט מענסטרואציע בערך איין מאל א חודש דורכאויס דער תקופה פון איר פרוכבארקייט, אנהייבנדיק פון איר געשלעכטלעכער דערוואקסנהייט און ביזן איבערגאנג עלטער ("מענאפאז" בלעז menopause). מענסטרואציע איז א טייל פונעם חודשלעכן פעריאד.

אין דער לויף פונעם חודשלעכן פעריאד טוט דער אייערשטאק פון א נקיבה וואס איז געשלעכטלעך דערוואקסן באפרייען איין אייעלע (אדער מער ווי איינס), אין א פראצעס וואס הייסט אוואולאציע. דער שליימהויט פונגם טראכט (endometrium) ווערט דיקער כדי צו האלטן דאס פערטיליזירטע אייעלע, וואס הייבט אן שוואנגערשאפט. טאמער זי ווערט נישט שוואנגער, טוט די שליימהויט אוועקפאלן פונעם טראכט. דעמאלסט הייבט אן א נייער חודשלעכער פעריאד. די אוועקגעפאלענע שליימהויט געמישט מיט בלוט און אנדערע פליסיקייט קומען ארויס פונעם קערפער דורך דער וואגינע.

ווסת אין הלכה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויט דער תורה א פרוי פון ווען עס הייבט אן איר מענסטרואציע ביז נאך זי טובל'ט אין א כשר'ער מקווה ווערט זי א נידה. פראקטיש טוט זי נישט טובל'ן ביז נאך די שבעה נקיים, זיבן ריינע טעג אן א מראה פון בלוט. ווען א מאן האט תשמיש מיט איר בשעת זי איז א נידה זענען זיי ביידע עובר אן איסור כרת. אויך איז זי דעמאלסט טמא, וואס אין אמאליקע צייטן האט געהאט פארשידענע קאנסעקווענצן. לויטן שולחן ערוך, ווען א געהייראעטע פרוי איז א נידה, דארף זי פירן מיט איר מאן געוויסע הרחקות (דערווייטערונגען).

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מענסטרואציע