מוסקל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Skeletal muscle.jpg

מוסקל (פון לאטייניש קליינער מויז), זיינען די פראטין בענדער וואס פארעמט טישו און און ציעט זיך צוזאַם און צעשפרייט זיך פון זיך אַליינס.

עס זענען קלאסיציפירט, און סקעלטען, קארדיעק, אדער סמאט מוסקל.

איר הויפט אויפגאבע איז צו נעמען ענערגיע און דאס מאכן פאר באוועגונג.

די מוסקלען זענען אחראי אויף אלע קערפערליכע באווענונגגען פון שטויסן א באל, שרייבן א בריוו, אויסקוועטשן פארדייטע עסענווארג דורך די געדערעם, ביז מאכן דאס הארץ קלאפן.

  • עס האַלטן צוזאַם פעסט דעם מענטש, אין איר געבוי.
  • עס פראדוצירט כוח
  • באוועגן דעם מענטש פון אינדרויסן; צו איז דאָס שפאַצירן זיצן אָדער רורען, גאָרנישט איז פון זיך אַליינס,
  • באוועגן דעם מענטש פון אינעווייניג דורך דאָס האַרץ דער הויפט איבר וואָס האַלט דעם מענטש ביים לעבן פּאָמפּט פון זיך אַליינס דורך מוסקלען, און טרייבט דאס בלוט צירקולאציע. אדער די עסן פארדייאונג סיסטעם וואס ארבעט אויך דורך מוסקלען, אדער רעדן, שרייבן, טאנצן, לויפן א.א.וו.
  • עס מאכט ווארעם דעם מענטש.

רוב מוסקלען ארבעטן אויטאמאטיש אן קיין במכיווןדיגע אנשטרענגונג.

די גרעסטע מוסקל געפינט זיך אונטערן חוט השדרה וואס דאס פאוערד די קריכן, לויפן און שלענגעלן באווענגונג.

און דאס קלענסטע מוסקל געפינט זיך אין אויער וואס קוקט אויס ווי א דינע פאדעם, איר ארבייט איז צו רעדורציען די קול פון הערן אויב דאס איז צו הויך.

מוסקל איז די איינציגסטע געוועב וואס ארבעט דורך זיך צאמציען און צושפרייטען, אלע אנדער מיני געוועב ווי הויט, האר, ביין, קאטילעזש, פארבלייבן די זעלבע גרייס אחוץ אויב זיי וואקסן.

צום ביישפיל: אויפצוהייבן אייער האנט, די בייסעפס אין די פארענט פון אייער אויבערשטער ארעם ציט זיך צוזאמם און ציט ארויף די ביין פון אייער אונטערארעם.

צו אראפנידערן אייער האנט, די טרייסעפס פון אונטער אייער אויבער-ארעם ציעט זיך צוזאם און גראד אויס אייער עלנבויגן, צוגעהאלפן דורך גראוויטאציע.

דאס צוזאמצו טוישט די מאסע פונעם מוסקל, נאר ענדשטער א רעזולטאט פון טוישן אינעווייניג פונעם מוסקל פייבער. וואס איז קלענער פון א האר, און קען זיין ביז איין פוס לאנג אין א גרויסן מוסקל.

אנאטאמיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

יעדער מוסקל פייבער אדער סעל, איז געמאכט פון א קאלעקציע פון קלענערע דינערע פייבערס אדער סעלס אנגערופן מייאופייברילס. דאס באשטייט פון סארקאמערעס אין לאנגע שלענגעלעך, וואס אנהאלט צוויי סארטן פראטיןס, אקטין און מייאסין.

פסיכילאגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען דאס באזונדער פאר זיך וואלט קיין איינע פון די צוויי פראטיןס זיך צוזאמגעצויגען, אבער צוזאמן פארעמען זיי אן אקטאמייאסין קאמפלעקס וואס אין די אנוועזנהייט פון עי.טי.פי. וועלן זיך צוזאמצוען.

ווען די מוסקל איז סטימיולירט (פון עלעקטאראנישע סיגנאלען פון די מוח דורך די נערווען סיסטעם) די אקטין ציעט זיך לענגאויס די מייאסין ווי א שורה פון מענטשן ציען זיך אויף א שטריק.

דאס מאכט די מייאפאבריל קערצער, און איז גורם די מוסקל פייבער צו זיך צאמצוען און די גאנצע מוסקל ווערט קערצער, ביז צו דריי-פיפטלעך פון איר נארמאלער לענג.

ענערגיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאכן באקומען דעם עלעקאטאראנישן סיגנאל אדער אימפאלס פון די נערווען סיסטעם זיך צו רורען, ברויכט זיך די מוסקל אין ענערגיע צו דורכפירן דעם כעמיקאלן רעאקציע פון די צוזאמצו פון דעם עקטין מיטן מייאסין. פון ערגעץ דארף דאך קומען די ענערגיע!

דא קומט אריין די וואנדערליכע כעמיקאל וואס שטופט די אלע מוסקלן פון די הויז פליגען ביזן מענטשליכער בייסעפ, דאס הייסט אין קורצן עי.טי.פי.. א קליינער סומע פון עי.טי.פי. ליגט אוועקגלייגט אין יעדע מוסקל. די מוסקל סעלן פראדוצירען דאס שטענדיג.

ווען דאס קומט אין בארירונג מיט וואסער, ווערט דאס צוטיילט אין צוויי טיילן, עי.די.פי. און פאספעיט. א קליינער שטראם פון ענערגיע ווערט דורך דעם ארויסגעלאזט, און די ענערגיע איז גענוצט אין קאנצערט מיט די רעאקציע פון די פראטיןס, עקטין און מייאסין, וואס ציעט צוזאמן די מוסקל.


מענטשלעכע ארגאן-סיסטעמען        

אטעם-סיסטעם - אימיון סיסטעם - בלוט צירקולאציע - הערן סיסטעם - זען סיסטעם - לימפאטישע סיסטעם - פארדייאונג סיסטעם - נערוון סיסטעם - ענדאקרינאלע סיסטעם - רעפראדוקציע סיסטעם - מוסקלען