מאכמוד אבאס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מאכאמוד אבאס

מאכמוד אבאס (געבוירן 26סטן מערץ, 1935) באוואוסט אויך ווי אבו מאזען (אויף אידיש טאטע פון מאזן, וואס איז זיין ערשטער זון). ער איז געווארן אויסגעוויילט ווי דער פארזיצער פון די פאליסטינער נאציאנאלער אויטאריטעט אום 9טן יאנואר, 2005, און האט גענומען אפיציעל זיין אמט אום יאנואר 15, 2005.

אבאס איז דער הויפט פאליטיקער פון פאטאך.

ער האט געדינט אלס דער ערשטער פרעמיער מיניסטער פון די פאלעסטינער אויטאנאמיע פון מערץ ביז צו אקטויבער 2003 ווען ער האט רעזעגנירט ערקלערנדיג אז דאס איז צוליב דעם וואס ער האט נישט גענוג שטיצע פון די ארץ ישראל און אמעריקע רעגירונג, ווי אויך אינערליכע העצערייען קעגן זיין רעגירונג.

פאר ער איז געווארן פרעמיער מיניסטער, האט אבאסא אנגעפירט די פי.על.או.ס פארהאנדעלונגן אפערעס דעפארטמענט.

ער איז געווען דער פארזיצער פון די פי.על.או.ס עקזעקיוטיווער קאמיטעט זינט נאוועמבער 11, 2004, נאך יאסיר אראפאטטויט.

מיט חאמאס איצט אין קאנטראל פון די פאליסטינער אויטאריטעט, איז אבאס נאכאנאנד פארגעשטעלט אלס די פנים פאר מאדערנעזאציע פון פאלעסטינע.