מאטריאל

פֿון װיקיפּעדיע

מאטריאל (לשון קודש: חומר ייוו"א יידיש: מאטעריע. ענגליש: Matter) איז מערסטענס דעפינירט אלס דער סובסטאנץ פון וואס פיזישע אביעקטן זענען צאמגעשטעלט, נישט אריינרעכנדיג די צוגעבונג פון פארשידענע ענערגיע אדער קראפט-פעלדער, וואס זענען נישט געווענליך באטראכט צו זיין מאטריאל פאר זיך אליין'ס (כאטשיג דאס טוט ביישטייערן צו דער מאסע פונעם אביעקט).

מער געפארטיגטע און גאנצע מאטריאלן ווערן גערופן שטאף.

חומר טוט פארשטעלן מיט זיך רוב פון די אבזערווירבארע אוניווערס, כאטשיג ליכטיגקייט איז נארמאל נישט באטראכט ווי חומר.

חומר איז די שטאף פון וואס אלעס פיזיש איז צאמגעשטעלט, און אירע באשטאנדטיילן זענען פון כעמישע סובסטאנצן. וואס דאס זענען צאמגעשטעלט פון אטאמען, וואס זיי זענען צאמגעשטעלט פון פראטאנען, נייטראנען און עלעקטראנען. אין דעם וועג איז חומר אין קאנטראסט פון ענערגיע.

און פיזיק איז דאס אבער נישטא קיין קלארע קאנסענסוס וואס דאס מיינט און די וויסנשאפטלער באנוצן זיך נישט מיט דעם טערמין געוויינליך.


מאטעריע האט כמותדיקע אייגנקייטן ווי מאסע, וואג, פארנעם, געדיכטקייט און פארב, און איכותדיקע אייגנקייטן ווי למשל טעם און ריח.

אין רעליגיע און אין טעאלאגיע איז חומר אנגערופן גשמיות אדער מאטיריאליסטיש, עס איז באטראכט אלס דער נעגעטיווער קאנטראסט פון רוחניות העכערקייט.