מאגאזין (סקלאד)

פֿון װיקיפּעדיע
דער טיפישער מאגאזין איז ביזן דאך מיט רעקעטס אז דער היילאוי קען צוקומן אצוכפאן און מאנאווירן די סחורה וואס ליגט אויף פעלעטס.

א מאגאזין אדער סקלאַד (אַזעלכע רופֿן עס "װאַרענלאַגער"[פֿעלט אַ מקור]) איז א גרויסער ליידיגער בנין וואס קאמערציאלע קאמפאניס פארנוצען צו האלטן און איינשפייכלערן זייער אינווענטאר סחורה וואס זיי האנדלען מיט.

עס איז געוונעליך אויסגעשטעלט מיט לאודינג דאקס. כדי די סחורה זאל קענען גרינג אראפגענומען ווערן און ארויפגעלייגט ווערן אויף לאסטאויטאס.

עס איז געווענליך בלויז איין שטאק, כדי היילאויס און טראקס זאלן קענען צוקומען צו די סחורה.

עס איז אויכעט אין אינדוסטריעלע געגענטן, וואס זענען גרינג צוצוקומען מיט טראקס דורך דעם וואס די גאסן זענען ברייטער, אדער איז דאס לעבן די באנען און פארטן.

מאגאזינען דינען פארשידענע קאמערציעלע צוועקן, ווי פאבריקאנטן, אימפארטירער, עקספארטירער און הורטהענדלער. קאמערציעלע מאגאזינען געפינען זיך אין גרויסע געביידעס אין אינדוסטריע־געגנטן. זיי האבן פעראנען אנצולאדן לאסטאויטאס. אפטמאל האבן זיי הייבערס און גאפל-הייבערס וואס העלפן באוועגן די סחורה.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: מאגאזין (סקלאד)