לענא העלמסלי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לענא העלמסלי

לענא העלמסלי (4טן יולי, 1920 - 20סטן אויגוסט, 2007) איז געווען א ביליאנער, האטעל מעצענאט און אומבאוועגליכע גיטער אינוועסטירער/דעוועלאפער. זי איז געווען באקאנט אלץ שלעכטע און קארגע פרוי, פארדינענדיג די טיטל "די קעניגען פון שלעכטקייט". זי איז געפינען געווארן שולדיג אין שטייער שווינדעל אין 1989, און געדינט 19 חדשים אין א פעדעראלע טורמע (אין צוויי מער חדשים אין הויז ארעסט) פון איר 16 יאר אורטייל.

איר לעבן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זי איז געבוירן אלץ מינדי ראזענטאל אין ניו יארק, צו פוילישע אידישע אימיגראנטן, איר טאטע איז געווען א הוט פאבריצירער. אין יענער צייט איז זי געווען א מאדעל שטארק באקאנט פארן ערשיינען אויף א בילבארד רעקלאמע פאר טשעסטערפיעלד פאפיראסן.

איר דריטער מאן איז געווען הערי העלמסלי.