לי באי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
לי באי

לי באַי אדער לי פא (כינעזיש: 李白 לי באַי / לי בא) (701-762) איז געווען א כינעזישער דיכטער וואס האט געלעבט אין דער תקופה פון דער טאנג דינאסטיע. היינט זענען באוואוסט אומגעפער 1,100 פון זיינע פאעסיעס.

צוזאמען מיט דו פו ווערט לי באי אפטמאל גערעכנט איינער פון די צוויי גרעסטע דיכטער אין כינע'ס ליטערארישער היסטאריע.

די ערשטע איבערזעצונגען פון זיין ווערק אין א מערבדיקער שפראך זענען געווארן פארעפנטלעכט אין 1862, אויף פראנצויזיש.

ער איז פארטרונקען געווארן אינעם יאנגצע טייך.

לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לי באי איז געווען דער זון פון א רייכן סוחר. ווען ער איז געווען אלט פינף יאר האט די משפחה זיך געצויגן קיין סעטשואן. ביי די פופצן יאר איז ער שוין געווען גאנץ א מושלם אין קאמפקונסט.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: לי באי