כנבוזי דער צווייטער

פֿון װיקיפּעדיע
כנבוזי דער צווייטער
געבורט 559 לפנה״ס
איראן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 522 לפנה״ס (אלט 37 בערך)
איראן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

כנבוזי דער צווייטער, אויך באקאנט מיטן יוונישער (גריכישער) נאמען קמביסס (געשטארבען 521 פארן נוצרישען ציילונג). ער איז געווען א זון פון כורש דער גרויסער און האט געקעניגט נאך זיין טאטען אלס פערסישער קעניג.

נאך אין לעבן פון זיין טאטען האט ער באקומען דעם נאמען "קעניג פון בבל" אבער די טיטעל איז געווען א סימבאלישער. נאך זיין טאטענס טויט אין 528 פאר די נוצרישע ציילונג איז ער געווארען דער פאקטישער הערשער אין פרס, אין זיין צייט האט זיך די פרסישע הערשאפט פארשפרייט און פארברייטער דורכן איינעמען פרישע לענדער, נאך דעם וואס ער האט איינגענומען מצרים אין 525 פאר די נוצרישע ציילונג,

לויט דעם יוונישער פארשער הוירוידאטויס האט ער זיך געפירט מיט א גרויס אכזריות אין מצרים און האט געלאזט טויטען דעם מצרישען פרעה פסמטאך דער דריטער דער זון פון יעחמס דער צווייטער, צוזאמען מיט נאך מצרישע אדעל לייט ער פלעגט פייניגען די פאליטישע ארעסטאנטען פון מצרים, און טויטען פרויען מיט קינדער, ער האט אויך בעראבעוועט די מצרישע הייליגע איינשטאלטען.

ער האט אויך פארבירט איינצונעמען לוב, (א אראבישע מדינה) אבער זיין מיליטער פון 50,000 סאלדאטען זענען געשטארבען אין א שטארקע מדברישע זאמט שטורעם, דערנאך האט ער זיך דערנעטער צו כוש (היינט סודאן) און צו נוביה, אבער זיין מיליטער האט ווייטער געליטען פון הינגער און מחלות און ער האט זיך ווייטער געמוזט צוריק צוען. לויט דעם יוונישער פארשער הוירוידאטויס, האט ער געכאפט א נערווען בראך אין מצרים אלס שטארף פארן טויטען אפיס (א קו וואס איז געווארען אפגעהיט דורך די מצרישע גלויביגע אלס הייליג קו וועלעכער האט געזאלט דינען אלס א קרבן צו זייערע אפגעטער).

אין די צייט וואס ער האט זיך געפינען אין מצרים האט זיך געמאכט א אויפשטאנד אין פרס דורך אן אמגוש (א גלויביגער גלח) מיטן נאמען גומתא, וועלעכער האט זיך אהערגעשטעלט אלס ברודער פון כנבוזי, ברזיא, און האט געוואלט איבער נעמען די מלוכה אין נאמען פון כנבוזי, ער האט אבער נישט געוואוסט אז כנבוזי האט געהרגעט זיין ברודער אמגוש נאך פאר ער איז ארויס צו מצרים. כנבוזי האט זיך אומגעקערט צו פרס צו הרגענען דעם גלח אבער איז געשטארבען אינטערוועגענס דורך זיין אייגענעם שווערד, טייל פארשער זאגן אז דאס איז געווען זעלבט מארד און טייל זאגען אז דאס איז געווען א טעות.