ישראל יהושע זינגער
פֿון װיקיפּעדיע
ישראל יהושע זינגער (1893 - 1944) איז געװען אַ ייִדיש שפּראַך שרײַבער, ברודער פֿון יצחק באַשעװיס זינגער. ער האָט געשריבן ראָמאַנען, דערצײלונגען און זיכרונות. ער איז געבױרן געװאָרן אין בילגארײ, פּױלן, און האָט געוואוינט אין װאַרשע. אין 1934 איז ער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט בײַ פֿאָרװערטס. אַז ער איז אַלט געװען 51 יאָר איז ער געשטאָרבן אין ניו יאָרק.
ישראל יהושע זינגער איז געבוירן אין בילגאריי, רוסיש פוילן אין 1893 צו זיין פאטער, הרב פינחס מענדל זינגער און זיין מוטער בתשבע זילבערמאן.
רשימה פֿון זינגערס װערק [באַאַרבעטן]
אַ רשימה פֿון זינגערס װערק על־פּי דער נאַציִאָנאַלער ייִדישער ביכער זענטער אין אַמעריקע; בײַ יעדע בוך איז די דאַטע אַז עס איז ערשט דערשינען געװאָרן:
- לײמגרובן (1924)
- אױף פֿרעמדער ערד (1925)
- שטאָל און אײַזן (1927)
- נײַ-רוסלאַנד : בילדער פֿון אַ ריײַזע (1928)
- יאָשע קאַלב (1932)
- די ברידער אשכנזי (1937)
- חבר נחמן (1938)
- די משפחה קאַרנאָװסקי (1943)
- פֿון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער (1946)
- װילי (1948)
- דערציילונגען (1949)