יצחק אייזיק טויב
מראה
געבורט |
1751 סערענטש, אונגארן |
---|---|
טויט | 21 מערץ 1821 (אלט 70 בערך) |
מדינה | אונגארן |
פאך | אדמו"ר |
רבי יצחק אייזיק טויב (ה'תקי"א – ז' אדר ה'תקפ"א), אויך באקאנט ווי רבי אייזיקל קאַלעווער, איז געווען דער גרינדער פונעם קאלעווער הויף.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]הרב טויב איז געבוירן געװארן אין סערענטש, אונגארן צו זיין פֿאָטער יחזקאל װאס איז געװען א סוחר.
אין יאָר תק"ן איז ער געװען רב אין קאלעוו. ער האט געהאַט א גרויסע השפעה און װערט דערמאנט אין פֿארשידענע ערטער ווי אַ קדוש און א .
ער האט געזארגט פֿאַר דער אַנטװיקלונג פון דער קהילה מיט א חדר, חברה קדישא, ביקור חולים חברה און נאך.
ער האָט פירט א רביסטעווע און יידן זענען געקומען צו אים פֿון דערווייטנס. ער ווערט גערעכנט דער ערשטער רבי פֿון חסידים װאָס האט געפֿירט אַ הויף אין אונגארן.
ער איז נפטר געווארן ז' אדר תקפ"א. זיין זון רבי משה חיים האט געפירט דעם הויף נאך אים אינעם שטעטל ראזלא אין גאליציע.