יעקב שמשון הלוי קאנער
רבי יעקב שמשון הלוי קאנער (נפ' ז' סיון ה'תש"ב) איז געווען אן אדמו"ר אין טשחויוו.
אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
רבי יעקב שמשון איז געבוירן צו זיין פאטער דער נגיד רבי משה הלוי פון סאניק[1], אן איידעם פון רבי פנחס יוסף דאכנער, א זון פון רבי ישכר דוב פון זאסלאוו, א זון פון רבי יעקב שמשון פון זאסלאוו, א זון פון רבי פנחס קאריצער.
אדמורו"ת[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
נאך דער פטירה פון זיין שווער, רבי משה האלבערשטאם אב"ד שינאווא, האט ער געפירט אין טשחויוו. אין תרע"ד האט ער זיך געצויגן קיין קלויזנבורג.
פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
ער האט חתונה געהאט מיט מרת חיה חנה, א טאכטער פון רבי משה האלבערשטאם, דער שינאווער רב. זייערע קינדער:
- רבי אברהם אביש פון טשחויוו (כ"ב שבט ה'תרנ"ד - כ"ט מרחשון ה'תשמ"ד), אדמו"ר אין יאס
- רבי ברוך פון טשחויוו ( ה'תרנ"ה - ד' תמוז ה'תשי"ג), איידעם פון רבי שלום האלבערשטאם, פיקעלער רב
רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
- ↑ יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 411, ירושלים תשנ"ה