יעקב אריה אלטער
געבורט |
18 מאי 1939 (אלט 85) לאדזש, פוילן |
---|---|
מדינה | ישראל |
פאך | רב |
רבי יעקב אריה אלטער | ||
---|---|---|
גערער רבי | ||
רבי יעקב אלטער, היינטיגער גערער רבי | ||
געבורט | כ"ט אייר ה'תרצ"ט 18טן מיי 1939 לאדזש, פוילן | |
חסידות | גער | |
פירערשאפט | ה'תשנ"ו - | |
הויף ארט | ירושלים | |
נומער אין דינאסטיע | 7 | |
פאריגער | רבי פינחס מנחם אלטער | |
פאטער | רבי שמחה בונם אלטער | |
מוטער | יוטע הענא אלטער | |
ווייב | שושנה ווייץ | |
קינדער | אברהם מרדכי אסתר גליקא זילבערשטיין נחמיה חיה ראדא יהודית ראנד חוה שאר רבקה רחל ראטשטיין ישראל מנחם שלמה צבי דוד |
הרב יעקב אריה אלטער (געבוירן 18טן מאי 1939, כ"ט אייר ה'תרצ"ט) איז דער היינטיקער גערער רבי.
ביאגראפיע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ער איז געבוירן געווארן אין לאדזש, פוילן, כ"ט אייר ה'תרצ"ט, קורץ פארן אנהייב פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, דאס יונגסטע קינד פֿון זיין פֿאטער בעל "לב שמחה", און פון זיין מוטער מרת יוטא הענא, די טאכטער פון רבי נחמיה אלטער. אין יאר ה'ת"ש איז ער ארויפגעקומען קיין ארץ ישראל. אין זיינע קינדערישע יארן האט ער געלערנט אין דעם עץ חיים חדר אין ירושלים. אין יאר ה'תש"ח איז ער געפארן מיט זיינע עלטערן קיין אייראפע; עטלעכע יאר האבן זיי געוואוינט אין פראנקרייך.
ווען עס איז געקומען די צייט האט ער חתונה געהאט מיט מרת שושנה, טאכטער פון רבי מענדל ווייץ, וועלכער האט געדינט אלס מגיד שיעור אין דער גערער ישיבה שפת אמת און נאכדעם אלס ראש ישיבה פון חידושי הרי"מ. נאך זיין חתונה האט ער זיך באזעצט אין בני ברק, דארט וואו ער האט געוואוינט ביז זיין אפעראציע אין ה'תשע"ב. זייט דעמאלסט וואוינט ער אין ירושלים.
ער איז א שטילער, א גרויסער תלמיד חכם און א בעל מחנך. ער איז א גרויסער עושר פֿון אומבאוועגלעכע גיטער.
ער האט איבערגענומען די שרביט הנהגה פֿון זיין פֿעטער רבי פינחס מנחם אלטער, באקאנט אלס "פני מנחם", אין תשנ"ו. ווען ער איז געווארן רבי און ער האט נאך געוואוינט אין בני ברק פלעג ער אויף ימים טובים און שבתים פון נסיעות וויילן אין ירושלים מיט זיינע חסידים.
ווען ער איז געווארן גערער רבי האט ער געהייסן בויען דעם גרויסן בית מדרש לעבן דער גאולה געגנט פֿון ירושלים. במשך די יארן האט געוואקסן די צאל פון חסידים און דער גרויסער בית מדרש איז געווארן צו קליין פארן עולם. אין תשע״ז האט מען אנגעהויבן בויען א גאנץ פארגרעסערטן בית מדרש אויף ירמיהו גאס.
ער האט אויך פֿאראייניגט די גערער חדרים אין ירושלים אין איין גרויסער תלמוד־תורה וואס געפֿינט זיך אויף ירמיהו גאס נאנט צום הויפט בית מדרש.
עס זענען עטלעכע גור'ס שולעס אין תל אביב און חיפה.
קינדער
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]- רבי אברהם מרדכי, איידעם פון רבי אהרן נח יאסקאוויטש, אן אייניקל פונעם "אמרי אמת".
- מרת אסתר גליקע, די ווייב פון רבי אברהם העניך זילבערשטיין וועלכער דינט אלס ראש כולל פון גערער חסידים אין פתח תקווה.
- רבי נחמיה, וואוינט אין אשדוד און פירט אן די ישיבה אונטערן נאמען "האחים חנצ'ינסקי" (די כענטשיסקי ברידער) דארט. ער איז אויכעט א מיטגליד פון דער אדמיניסטראציע פונעם וועלטליכן הויפט צענטער פון די גערער חסידים אין ירושלים.
- מרת חיה ראדא יהודית, די ווייב פון רבי אברהם שמואל ראנד פון בני ברק.
- מרת חוה, די ווייב פון רבי חיים יהושע שור (שארר) פון בני ברק, אן אייניקל פון רבי גדליה שארר.
- מרת רבקה רחל, די ווייב פון רבי שמעון ראטשטיין פון בני ברק, א זון פון רבי נחום ראטשטיין, דער ראש ישיבה פון "נזר התורה". רבי שמעון אויכעט זאמלט אן די תורות פון זיין שווער.
- רבי ישראל מנחם, ראש כוללי הלכה אין בני ברק. איידעם פון רבי עזריאל מאיר אייגער, א זון פונעם פריערדיגן לובלינער רבי, רבי אברהם.
- רבי שלמה צבי, דער ראש הכוללים פון גער. ער האט אויפגעשטעלט א ארגאניזאציע וואס העלפט אלמנות און יתומים.
- רבי דוד, אן איידעם פון רבי קלמן ביין.
פֿריערדיגער: הרב פינחס מנחם אלטער "פני מנחם" |
דער גערער רבי | נאָכפֿאלגער: - |