יידישע נאציאנאלע ביבליאטעק
פֿון װיקיפּעדיע
די נאציאנאלע ביבליאטעק איז א ביבליאטעק זינט ה'תרנ"ב (1892) וואס איז פלאצירט אין דער קאמפוס פון די העברעישע אוניווערסיטעט ירושלים אין ירושלים, און אנטהאלט העכער פון 5 מיליאן בענדער. פֿון זײ אַרום 150 אינקונאַבולען און 90% פֿון אַלע ביכער װאָס זײַנען געשריבן אױף ײִדיש פֿון דער גאַנצער װעלט.
אין די ביבליאטעק עקזיסטירט אלע פארשריבענע אינפארמאציע וואס איז דערשינען אין ישראל. לויטן געזעץ אין ישראל, מוז יעדער פארלאגער פון ביכער, צייטונגען, טייפן, דיסקן, פארשונגען אד"ג שיקן צוויי קאפיס צום נאציאנאלער ביבליאטעק.
די הויפט צוועקן פון די נאציאנאלע ביבליאטעק זיינען:
- אפהיטן יעדע ווערק וואס איז דערשינען אין ישראל אויף אלערליי שפראכן.
- אפהיטן יעדע ווערק וואס פארטוט זיך מיט די יידן און מיט ארץ/מדינת ישראל.
- אפהיטן אויף אלערליי ווערקן וואס זיינען געשריבן מיט יידישע בוכשטאבן.