יוגא טשאוועז

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טשאוועז

יוגא טשאוועז (28סטן יולי, 1954 - 5טן מערץ 2013) איז געווען דער פרעזידענט פון ווענעזועלע. ער איז געווען דער פירער פון א רעוואלוציע און ער זעהט זיך אלס א פירער פון די לינקע ליבעראלע וויזיע צו פראטעזשירן איבער דער גארער וועלט צו איינפירן זיין דעמאקראטישע סאציאליזם.

ער איז אויך א וויסטער ארכי שונא און קריטיק פאר אמעריקע צוליב אירע ניאו-ליבעראלע גלאבאליזאציע פאליסיס וואס שטערט לויט אים און לייגט אין סכנה די גוטס און אינטערעסע פון לאטיין אמעריקע דורך אמעריקעס ווייט גרייכענדער אויסערן מיניסטאריום פאליסיס.

א קאריערע מיליטערישער אפיציר, שאוועז האט געגערינדעט די לינקע פליגעל פיפטער רעפובליקאנער באוועגונג נאכן דורכפירן און ארקעסטרירן א דורכגעפאלענער פוטש אויפן פריערדיגן פרעזידענט קארלאס ענדרעס פערעז.

שאוועז האט דערנאך שפטער אין 1998 געוואנען די פרעזידענט וואלן מיט די הילף פון די ארימע באפעלקערונג און זינט דעמאלטס שוין צוויימאל וויידער ערוויילט געווארן צוליב דעם וואס די ארימע זענען די איבערוויגענדע מערהייט אין לאנד.

אין זיין לאנד האט ער שוין ערקלערט מלחמה קעגן קרענק, איליטירעטעסי, מעלנוטרישען, ארימקייט און אנדערע סאציאלע שוואכקייטן אבער ער ווערט נאכאלטס באטראכט פון די דערויסענדע מערב וועלט אלס א דיקטאטור און קארופטירטער פירער וואס ווארפט א פחד און מורא אויף די ציוויליזירטע וועלט מיט זיינע סטראשענוקעס וואס קומט בעיקר פון זיין זיין דערביטערט פון ארימקייט, כאטשיג זיין לאנד האט דאס רייכסטע אויל קוואל אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט, דא איז טאקע דער סוד פון אמעריקעס פראבלעם מיט אים ווייל ער קאנטראלירט אין א געוויסן זין די אויל פרייזן וואס דער עקאנאמיע איז פיל אנגעוואנדען אין דעם קאמאדעטי.

ער האט אלע פריוואטע גרויסע אויל פאבריקן און נאך אינדוסטריעס איינגענומען מיט מיליטער, אז דאס זאל געהערן פאר די מענשטן קאנטראלירט און אנגעפירט דורך זיין רעגירונג.