יד לאחים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

יָד לְאַחִים איז אן ארגאניזאציע וואס איז פארבינדן צו באקעמפן קריסטלעכע מיסיאנערן און אנדערע וואס ווילן שמדן יידן.

יד לאחים איז געגרינדעט געווארן אין תש"י דורך שלום דוב ליפשיץ, וואס איז דעמאלסט געווען א בחור. ער איז נאכאלץ טעטיג היינט אין דער ארגאניזאציע.

זיי ראטעווען ארויס קליינע קינדער אדער אומבאהאלפענע פרויען וואס זענען ליידער פארכאפט אין אראבישע דערפער, אפט מאל איז דאס פיקוח נפש ווייל די אראבער זענען פון די כאמאס, אבער די העלדן פון יד לאחים זענען נישט אויסן צו קוקן אויפן אייגן לעבן ווען עס קומט אויפן חשבון פון כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא.

זינט די ליטווישע האבן געעפנט אן אייגענע ארגענעזאציע לב לאחים איז דער מוסד אפגעשטארבן און איז שוין נישט טעטיג ווי אמאל, ווייל זיי האבן בלויז 2 3 אקטיוויסטן וואס זענען ביזי שיקן פרעס רעליסס פון מיסיאנערן אקטיוויטעטן.

עס איז דא א קול קורא און כרוז פון אלע סטאמארער רבנים וואס פארפליכטעט דעם עולם צו געבן געלד פאר זיי. כאטשיג דער מוסד יד לאחים רייצט זיך מיט די אראבער וואס וואוינען נאך אין ארץ ישראל זיי אויך צו פארטרייבן פון דארטן, וואס איז לויט סאטמאר די גרעסטע עבירה.