טרומייט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
B♭ טרומייט

א טרומייט איז א מוזיק־אינסטרומענט. פון מעטאלע בלאז־אינסטרומענטן האט ער דעם העכסטן קול. טרומייטן זענען גאר אלטע אינסטרומענטן, וואס מ'האט שוין געניצט פאר דריי טויזנט יאר. מען שפילט א טרומייט מיט בלאזן לופט דורך פארמאכטע ליפן. זייטן 15טן יארהונדערט מאכט מען טרומייטן פון א מעשן טרייבל, געבויגן צוויי מאל. היינטיקע טרומייטן האבן ווענטיל צו ענדערן דעם קול.

מען שפילט דעם טרומייט אין קלאסישער מוזיק און אין דזשעז.

דער טרומייט איז געמאכט פון עטלעכע טיילן. מען בלאזט דורכן פיסקל.

אין יידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די תורה זאגט אז מען פלעג בלאזן חצוצרות אין דעם מדבר. די משנה אין מסכת תענית ברענגט אז אין א תענית האט מען געבלאזן די חצוצרות אינעם בית המקדש.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טרומייט