זשאן קערי

פֿון װיקיפּעדיע
זשאן קערי
John Kerry
געבורט 11 דעצעמבער 1943 (אלט 80)
קאלאראדא, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אונטערשריפט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
זשאן קערי
זשאן קערי

סענאטאר זשאן קערי, איז געלאפן פארן פרעזידענט אמט פון די פאראייניקטע שטאטן אין 2004 און פארלוירן אהייא מיט 118,601 שטימען.

"מיר זענען געווען נאנט... גענוג נאנט צו ווערן אנגערייצט צו פרובירן נאכאמאל", האט דער סענאטאר פון מאסאטשוסעטס געזאגט דערמאנענדיג זיין דורכפאל.

"עס זענען פאראן שטארקע סיבות איך זאל וועלן ווייטער גיין מיט דעם קאמף. אבער איך האב באשלאסן אז יעצט איז נישט די צייט פאר מיר איך זאל אנהייבן א פרעזידענטליכע קאמפיין".

זיין באשלוס לאזט איבער דעם פעלד פאר ניין דעמאקראטן וואס לויפן אדער לאזן איבער סימנים אז זיי האלטן ביים אריינקריכן אין דעם שווערן קאמפיין, אריינגערעכנט סענאטאר הילערי קלינטאן פון ניו יארק, און באראק אבאמא פון אילינו, און זשאן עדווארדס, קעריס מיטלויפער פון יאר 04.

די רעפובליקאנער פעלד איז אויך אנגעפאקט מיט לויפער, ווען פרעזידענט בוש איז קאנסטיטוציאנעל נישט ערלויבט צו זוכן א דריטן טערמין.

אפיציעלן זאגן אז קערי וועט זוכן נאך א זעקס-יאר טערמין אינעם סענאט אום 08. דער פיר טערמיניגער געזעצגעבער און דעקארירטער וויעטנאם וועטעראן זאגט אז ער וועט ווידמען זיין צייט און כח צו ענדיגן דעם איראקער קאנפליקט.

ער זאגט אז ער וויל אז פרעזידענט בוש'ס נאכפאלגער זאל אריינגיין אין ווייסן הויז מיט אמעריקע וואס זאל האבן "א גוטער אויסזיכט פאר סוקסעס" אין איראק.

"איך וויל נישט אז דער קומענדיגער פרעזידענט זאל טרעפן אז מען האט אים איבערגעלאזט א לאנד וואס איז צוטיילט און א פאליסי וואס זאל ענדיגן די מלחמה אין איראק אזוי ווי וויעטנאם – אין א ביטערער און טרויעריגער לעגאסי", האט ער צוגעלייגט.

קערי, וואס האט פארלוירן דעם ווייסן הויז ווען אהייא איז געגאנגען צו בוש, האט געמאכט זיין מעלדונג אינעם סאנאט ביים ענדע פון א לענגערע רעדע איבער איראק.

קערי'ס 04 קאמפיין האט געצויגן שטארקע קריטיק פון דעמאקראטן נאך זיין מפלה. זיינע קריטיקער זאגן אז ער האט פארפעלט געהעריג צו ענטפערן די רעפובליקאנער קריטיק ווי אויך די באשולדיגונגען פון קאנסערוואטיווע גרופעס אז ער איז נישט ווערד די מעדאלן וואס ער האט געוואונען פארן קעמפן אין דער וויעטנאם קריג.

דער סענאטאר האט אויפגעמישט אומבאטעמטע זכרונות פאר די דעמאקראטן דעם פארגאנגענעם הערבסט, ווען ער האט געמאכט א מיאוסער וויץ וואס האט געפירט אז די רעפובליקאנער זאלן אים באשולדיגען אין אטאקירן די אמעריקאנע טרופן אין איראק.

ער האט זיך אנטשולדיגט, און זיך שנעל אפגעשטעלט עטליכע טעג פון קאמפיינען פאר דעמאקראטן ווען פארטיי פירער האבן אים געבעטן ער זאל זיך פארמיידן פון ווערן א אומגעוואונטשענער אישו אין א קאמפיין וואס זיי זענען געווען אויפן וועג צו געווינען.

אין זעלבן צייט האט ער געארבעט צו האלטן זיינע פרעזידענטליכע האפענונגען אויפן אויבן אן.

זיינע געהילפן האבן דערציילט אז ער האט אוועקגעגעבן מער ווי פערצן מיליאן דאלער פאר מער ווי 260 דעמאקראטישע קאנדידאטן אין 06 און קאמפיינט אין פינף און דרייסיג שטעט. זיי זאגן אז ער האט אן אקטיווע אנליין געמיינדע פון מער ווי דריי מיליאן מענטשן, און האט צוועלף און א האלב מיליאן דאלער אין זיין קאמפיין קאסע, וואס וואלט פיל צוגעהאלפן צו קענען אפשלאגן זיינע קעגנער.

אין זעלבן צייט ווייזן אנקעטעס אז קערי איז היבש הונטערשטעליג פון זיינע דעמאקראטישע קאנקורענטן. לעצטן אקטאבער, האט א עסאשיעטעד פרעס-עי א על נייעס אנקעטע געוויזן קערי מיט בלויז איין פראצענט, און לעצטיגע אויספרעגונגען האבן געוויזן אז ער האט גאר ווייניג צובאקומען צווישן דעמאקראטן.

אין א סי ען ען/א אר בי פאל וואס איז מיטוואך ארויסגעקומען, זענען 51 פראצענט דעמאקראטן געזאגט אז זיי וואלטן נישט געוואלט זען קערי לויפן אין 08. ווען מען האט געפרעגט וועם זיי וואלטן געשטיצט, האבן בלויז פינף פראצענט געזאגט קערי, שטעלנדיג אים אין פיפטן פלאץ און ווייט אונטער דעם פראנט ראנער קלינטאן וואס שטייט ביי 33 פראצענט.

דער מאסאטשוסעטס געזעץ געבער האט באשלאסן קלאר צו מאכן זיינע פאליטישע פלענער אין א טאג וואס ער האט אנטייל גענומען אין א דעבאטע איבער דער איראקער קריג, ארויפברענגנדיג זכרונות פון דער וויעטנאם מלחמה. ביי א קאמיטע פארהער, האט ער געשטעלט א שטארקע קשיא וואס ער האט ערשט געפרעגט אין 1971 וואס האט א שייכות היינט צוטאגס: "ווי אזוי קען מען בעטן א מענטש אז ער זאל זיין דער לעצטער מענטש צו שטארבן פאר א טעות?".

טראץ זיין שוועריגקייט צו געווינען אויף א נאציאנאלע שטאפל, האט קערי גוט אויסגענומען ביי זיך אינדערהיים אין מאסאטשוסעטס, און געווינען זיין ערשטער טערמין אין 84.

אינדערצייט וואס קערי האט נאך אום דעצעמבער פריוואט געזאגט אז ער וועט ווארשיינליך נאך אונטערנעמען צו פירן א צווייטע פרעזידענטליכע קאמפיין, האט דער טאן צווישן זיינע געהילפן זיך געטוישט אין די לעצטע וואכן ווען קלינטאן און אבאמא האבן געמאלדן זייער ווייסן הויז לויפעריי.

אנשטאט, האבן געהילפן אנגעהויבן רעדן איבער קערי'ס אינטערעסע איבער זיין פערזענליכע אנטייל אין אזא קאמפיין וואלט געווען. קערי האט נאך מיליאנען וואס זענען אים איבערגעבליבן פון זיין 04 קאמפיין – א ווייטאגליכע פונקט מיט געוויסע דעמאקראטן. טראץ די מעלה דערפון, וואלט ער אויסגעשטאנען גאר א שטארקער פארמעסט מיט אבאמא, קלינטאן, און עדווארדס פאר קאמפיין דאלארן.