וויטעבסק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

װיטעבסק (װײַסרוסיש: Вiцебск ;רוסיש: Витебск) איז אַ שטאָט אױף די ברעגן פֿון מערב-דװינע אינעם צפֿון-מזרחדיקן טײל פֿון װײַסרוסלאַנד. צום ערשטן מאָל איז זי דערמאָנט געװאָרן אין די היסטאָרישע דאָקומענטן אין 1021, אָבער איר אָפֿיציעל גרינדונגס-יאָר איז 974.

במשך פֿון עטלעכע יאָרהונדערטער איז װיטעבסק געװען די הױפּטשטאָט פֿון אַ פּראָװינץ מיט אַ היפּשער צאָל ייִדישע תּושבים. בײַם סוף 19טן י"ה, דאָס רוב אײַנװױנער פֿון אָט דער שטאָט װי אױך פֿון אַ סך אַרומיקע שטעטלעך זײַנען געװען ייִדן (אין װיטעבסק גופֿא - אַן ערך 52% אין 1897).

װיטעבסק האָט געשפּילט אַ בכבודיקע ראָליע אין דער געשיכטע און קולטור פֿון מזרח-אײראָפּעיִשן ייִדנטום. אין פֿאַרשײדענע צײַט-אָפּשניטן, איז זי געװען דער אָרט פֿון געבורט אָדער װױנונג פֿון אַזעלכע פּראָמינענטע פּערזענלעכקײטן װי רבי מנחם מענדל װיטעבסקער, באַראָן יוסף גינצבורג, יהודה פּען, מאַרק שאַגאַל, על ליסיצקי, אָסיפּ צאַדקין, ש. אַנ-סקי, חיים זשיטלאָװסקי, שלמה יודאָװין, לעאָן קאָברין, איסר הראל און אַזױ װײַטער.

זינט 1992, עס אַרבעט אין װיטעבסק דער מוזײ פֿון מאַרק שאַגאַל, װעלכער געפֿינט זיך אין דעם קינסטלערס געװעזענעם הױז אױף דער פּאָקראָװער גאַס.

אַלע יאָר, אין חודש יולי, עס װערט דורכגעפֿירט אין שטאָט דער אינטערנאַציאָנאַלער קונסט-פֿעסטיװאַל "דער סלאַװישער באַזאַר".

יהודה פּען: אַ גאַס אין וויטעבסק