וואלונטיר

פֿון װיקיפּעדיע

א וואלונטיר איז איינער וואס טוט עפעס א זאך פֿרייוויליג פֿֿאר א געמיינדע. בדרך כלל באקומט א וואלונטיר נישט קיין לוין פאר זיין ארבעט. דער צוועק פון דער ארבעט איז צו העלפן אנדערע (נישט פון זיין משפחה).

א משל פון וואלונטירן קען זיין טיילן עסן אין א בית התבשיל (וואו מ'גיט עסן בחינם פאר ארעמעלייט), ענטפערן דעם טעלעפאן אין א ביורא פון א צדקה ארגאניזאציע, אדער העלפן מיט קאמפיוטעריי און אינפארמאציע טעכנאלאגיע אין א סאציאלער ארגאניזאציע.

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואלונטיר