העקער

פֿון װיקיפּעדיע

א העקער (ענגליש: hacker) איז א קאמפיוטער מייַסטער וואס פֿאַרמאָגט דער טאלאנט צו ניצן קאמפיוטער האַרבקייטן פאר א נייער, פארשידענער ציל פאר וועלכער זיי זענען נישט אריגינאל געמאכט. הייַנטיק ווערט דאס ווארט "העקער" גענוצט פאר עמצער וואס פרובירט צו אױפֿברעכן אריין אין אן אנדער'ס קאמפיוטער מיטן הילף פון ווייכווארג אזא ווי טרויאנישע פערד פראגראמן, קאמפיוטער ווירוסן און ווערעם וועלכע קענען באַשעדיקן קאמפיוטערס פון אנדערע מענטשן. דער ריכטיגער טערמין פאר איינער וואס מאכט דאזיקע אומלעגאַלע אַקטיוויטעטן איז "קראַקער" (ענגליש: cracker). אבער, פילע נייעס שרייבער האבן גענוצט דער טערמין "העקער" צו באשרייבן זיי, כאָטש אז עס איז נישט ריכטיק. אן אנדערער באדייט פון "העקער" איז עמצער וואס קען טוישן אדער פראגראמירן עפּעס, אזא ווי ווי אזוי א מענטש קען טוישן אדער פראגראמירן א פֿערבי צו זאגן עפּעס וואס איז שלעכט אדער הומאָריש.

איבער די לעצטע יארן האבן קאמפיוטערס געווארן מער און מער קאָמפּליצירט. דאס אויך מיינסט אז מענטשן מיט שלעכטע מיינען האבן מער שאַנסן צו ניצן זיי פאר פֿאַרברעכן צילן. קאמפיוטער אינזשענירן קענען נישט געפינען פֿיליקע פּלעצער אינעם קאמפיוטער קאָד אלע מאל. קראקערס געפינען דאזיקע פלעצער און אויסנוצן זיי.

עס זענען אויך דא העקערס וואס נוצן די זעלבע טאלאנטן פאר גוטע צילן. דאזיקע העקערס הייסן "גרויער הוט" העקערס. זיי העלפֿן קאמפיוטער אינזשענירן צו געפינען פֿיליקע פּלעצער און פארריכטן פֿראַגעס.

פילע טאלאנטן זענען אפט געפֿאָדערט צו זיין א העקער. א העקער זאל ווערן געאייגנט צו געפינען פֿראַגעס אדער ענטפֿערס וואס מערסט אנדערע מענשטן קענען געפינען נישט.