היסטאגראם

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אַ דוגמא פֿון אַ היסטאָגראַם

אין סטאַטיסטיק, אַ היסטאָגראַם איז אַ גראַפֿישער אױסשטעל פֿון דאַטן װעלכע זײַנען צעטײלט אין קאַטעגאָריעס לױט זײער פֿרעקװענץ. די גרײס פֿון דעם שטח אין יעדע קאַטעגאָריע איז רעלאַטיװ צו איר פֿרעקװענץ. ד"ה, אַן אָפּטײלונג מיט אַ גרעסערע פֿרעקװענץ באַקומט אַ גרעסערער שטח. די ברײט פֿון יעדער אָפּטײלונג מוז ניט זײַן אײניק, אָבער זײ מוזן זײַן נאָכאַנאַנדיק אָן קײַן שפּאַלטונגען.