הארון אל-ראשיד

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הארון אל-ראשיד נעמט אויף א דעלעגאציע פון קארל דער גרויסער אין זיין הויף אין באגדאד.

האַרון אַל-ראַשיד (אראביש: هارون الرشيد האַרון אַר-ראַשיד טייטש: אהרן דער רעכטפארטיקער;‏) 17טן מערץ 763 - 24סטן מערץ 809) איז געווען דער פינפטער אראבער אבאסידער כאליף. ער האט געהערשט פון 786 ביז 809, און אין זיין צייט האבן וויסנשאפט, קולטור און רעליגיע געבליעט, ווי אויך קונסט און מוזיק. ער האט געגרינדעט די לעגענדארישע "בית החכמה" ביבליאטעק.

הארון איז געווען א זון פונעם דריטן כאליף, אל-מאהדי.

די אדמיניסטראציע אין זיין צייט איז געפירט געווארן דורך דער בארמאכיד פאמיליע. הארונס מוטער, אל־כייזוראן, האט געהאט א גרויסע השפעה אויף אים.