האליפאקס
פֿון װיקיפּעדיע
האַליפֿאַקס ראָטהױז
האַליפֿאַקס איז א שטעטל אין וועסט יארקשיר אין צפון ענגלאנד, נישט ווייט פון בראדפארד. אין 2001 איז זיין באפעלקערונג געווען 82,056. האליפאקס איז באקאנט אלס א צענטער פון וואל פאבריקאציע, און אלס די היים פון האליפאקס באנק.
טראנספארט [באַאַרבעטן]
האליפאקס האט אויטאבוס און באן דינסטן. פון האליפאקס באן סטאנציע קען מען פארן קיין לידז, בראדפארד, מאנטשעסטער און ליווערפול. דער באן פירמע איז נארדערנער באן.