די טשיקאַווע אינצידענט פון דער הונט אין דער נאַכט-צייַט

פֿון װיקיפּעדיע

די טשיקאַווע אינצידענט פון דער הונט אין דער נאַכט צײַט (ענגליש: The Curious Incident of the Dog in the Night-Time) איז א 2003 ראמאן פונעם שרייבער מארק האדאן, וועגן קריסטאפער בוּן, א 15 יעריגער יינגל מיט אספערגער סינדראם וואס איז זייער גוט אין מאטעמאטיק אבער געוויינלעך פאַרשטייט נישט אנדערע מענטשן און זייערע געפילן.

ער וואוינט מיט זיין טאטן און לערנט אין א באזונדערער שולע פאר קינדער מיט שוועריקייטן. ער מיינט זיין מוטער איז טויט אבער שפעטער דערגייט ער דעם אמת.

די דערציילונג הייבט ווען קריסטאפער ווערט געוואויר אז עמעצער האט געהרגעט די שכנטעס הונט, וועלינגטאן. ער באשליסט צו דערגיין ווער האט געהרגעט וועלינגטאן, און דערגייט נייע פאקטן וועגן זיך. קריסטאפער האט נישט קיין פריינט אבער ער האט א ליבלינג געהייסן טאָבי, א קליינע שטשור.

דערגרייכונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין 2003 האט דאס בוך געוואונען דעם "ווהיטברעד בוך פון דער יאר" פריז נאכדעם וואס מ'האט פארקויפט מער ווי צוויי מיליאן עקזעמפלארן, און אין 2004 האט עס געווינען דעם קאמאנוועלט שרייבערס פריז פארן בעסטן ערשטן בוך.