לדלג לתוכן

די אינטערנאציאנאלע זינגליד

פֿון װיקיפּעדיע

דער אינטערנאַציאָנאַל איז דאָס באַרימטסטע קאמפֿסליד פון דער אינטערנאַציאָנאַלער אַרבעטערס באַװעגונג. דער אריגינעלער פֿראַנצייזישער טעקסט שטאַמט פֿון אייזשען פּאָטיע, אײנעם קעמפֿער און דיכטער דער פּאַריסער קאָמונע, װערט אַבער שנעל אין פֿיל שפּראַכן איבערגעזעצט. די איבערזעצונג אױף דײַטש װערט 1910 פֿון עמיל לוכאַרט געשאַפֿן, אױסער דער װירטן און פֿינפֿטן סטראָפֿע, די עריך װײנערט 1959 איבערגעזעצטע. די מעלאָדי קאָמפּאָניערטע פּיער דעגײטער 1888.


‫דער אינטערנאַציאָנאַל

שטײט אױף, איר אַלע, װער ווי שקלאַפֿן,
אין הונגער לעבן מוז, אין נױט!
דער גײַסט - ער קאָכט, ער רופֿט צו װאָפֿן
אין שלאַכט אונדז פֿירן איז ער גרײט.
די װעלט פֿון גװאַלדטאַטן און לײדן
צעשטערן װעלן מיר און דאַן
פֿון פֿרײַהײט, גלײַכהײט אַ גַן־עֵדֶן
באַשאַפֿן װעט דער אַרבעטסמאַן.
(צוזונג)
דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער
און ענטשידענער שטײַט!
מיט דעם אינטערנאַציאָנאַל
שטײט אױף, איר אַרבעטסלײַט! ‬

ניין, קיינער וועט אונדז ניט באַפֿרײַען: ‬
ניט גאָט אליין און ניט קיין העלד- ‬
מיט אונדזער אייגענעם כּלֵי־זַיִן ‬
דערלייזונג ברענגען מיר דער וועלט. ‬
די גרויסע שטורעם־טעג זיי וועלן ‬
נאָר פֿאַר טיראַנען שרעקלעך זײַן; ‬
זיי קאָנען אָבער ניט פֿאַרשטעלן ‬
פֿון אונדז די העלע זונען־שײַן. ‬
(צוזונג) ‬

דער ארבעטסמאַן וועט זײַן מֶמשָלָה ‬
פֿערשפרייטן אויף דער גאַנצער ערד, ‬
און פאַראַזיטן די מַפָּלָה ‬
באַקומען וועלן פֿון זײַן שווערד. ‬
אַראָפ דעם יאָך! גענוג געליטן, ‬
גענוג פֿאַרגאָסן בלוט און שווייס! ‬
צעבלאָזט דעם פֿײַער, לאָמיר שמידן ‬
כֹּל־זמאַן דאָס אײַזן איז נאָך הייס! ‬
(צוזונג) ‬